ארטיקלען און געדאנקען

דער רבי האט געזאגט אז: ‘כ’וועל שוין זיין געזונט…’

די פאלגענדע ערציילונג האבן מיר געהערט פון א איד וואס די מעשה איז געשעהן מיט זיין מומע:

ווען זיין מומע איז אלט געווען זיבן יאהר – א קליין מיידעלע, איז זי לא עלינו זייער קראנק געווארן, מען האט שנעל גערופן די גרויסע דוקטורים, אבער זיי האבן געמוזט דערציילן אז עס איז נעבעך א שרעקליכע מאדנע קרענק, און זיי האבן נישט קיין שום היילונג וויאזוי דאס צו היילן.

די מצב איז נעבעך געווען זייער ביטער, דאס מיידל איז געלעגן פארשמאכטעט אין בעט, אָנֶע ריכטיגע צייכן פון לעבונגס האפענונג, עס האט געהערשט א שטארקע אנגעצויגענקייט ביי די משפחה און ארומיגע, וואס האבן פרובירט צו טוהן אלע זייערע השתדלות צוריק צו ברענגען עפעס א גוטן ענדערונג פארן קראנקע מיידל.

דער טאטע האט אין זיין גרויסן קלעם זיך נישט געזוימט, און מחליט גווען אריבער צו פארן אויף שבת צו זיין גרויסן רבי’ן הרה”ק ר’ ישראל יעקב זיע”א פון חוסט, [רבי ישראל יעקב זיע”א איז געווען א זוהן פון הרה”ק רבי ר’ מרדכי’לע מנאדבורנא זיע”א], געטראכט ווי געטוהן און געפארן.

אנקומענדיג שוין פרייטאג אינדערפרי, ערב שבת קודש, איז שוין נישט פארבליבן קיין געלעגנהייט פאר שבת צו נעמען שלום ביים רבי’ן, האט מען עס שוין אפגעשטיפט אויף נאך שבת.

דער איד – דער טאטע פונעם מיידעלע – איז געווען א איד א חסיד, א דורכגעווייקטער חסיד’ישער איד, און אז עס האט זיך דערנענטערט דעם הייליגן שבת, האט ער כמעט ווי פארגעסן פון אלעס וואס עס שפילט זיך אפ ביי איהם אינדערהיים, די שרעקעדיגע סצענע וויאזוי ער האט איבערגעלאזט זיין פאמיליע מיט דאס קליין קראנקען מיידעלע אליינס אינדערהיים אין אזא קריטישן מצב.

אז עס קומט א שבת קודש דארף מען זיך דערהייבן העכער פון אלע פראבלעמען, העכער פון אלע ווייטאגן, היטן דעם שבת און רוען אין דעם הייליגן רוה-טאג, פון אלעס אלעס וואס האט צוטוהן מיטן געשטערטן וואך.

ער האט זיך אריינגעזעצט אין ביהמ”ד, און אזוי ווי אלע אנדערע חסיד’ישע אידן האט ער זיך געגרייט אויפצונעמען דעם הייליגן גאסט -דעם שבת קודש. געפענט א חסיד’יש ספר’ל, אדורך געלערנט מיט דארשט די הייליגע ווערטער, זיך געקאכט אין א שטיקל אור החיים הקדוש, אביסל סידורו של שבת, געזאגט אביסל שיר השירים, און געווארט דער רבי זאל אריינקומען און מען זאל אנהייבן דאס דאווענען.

עס איז געקומען צום זמן תפלה און דער רבי איז אריינגעקומען מיט א ברען, און אנגעהויבן הודו, די גאנצע ציבור האבן זיך מיטגעשטעלט און עס האט זיך געקאכט א מנחה, דערנאך קבלת שבת, דער רבי האט פארגעזאגט די שטיקלעך מיטן אייגנארטיגן הייליגן נאדבורנא נוסח, ס’איז זיך צוגאנגען אין אלע גלידער.

אונזער בעל המעשה, האט שוין כמעט פארגעסן זיין ריכטיגן ציל פון קומען אהער, און סיי ווי – האט ער געטראכט ביי זיך – פאסט נישט פרייטאג צונאכטס גלייך נאכן דאווענען, זיך גיין מזכיר זיין ביים רבי’ן, און שטערן זיינע הייליגע מחשבות. ער האט שוין ביי זיך אפגעמאכט דאס אפצושטופן ביז נאך שבת, און דעמאלטס וועט זיך זיכער מאכן א געלעגנהייט ווען אריינצוגיין צום רבין, און מזכיר זיין דעם גרויסן צרה וואס עס האט איהם באטראפן.

נאכן דאווענען – דער רבי זאגט גוט שבת פאר יעדן איינעם, און אויך ער – דער טאטע פונעם מיידעלע – זאגט גוט שבת, אבער לייגט גארנישט צו איבער דעם קלעם וואס דריקט איהם אויפן הארץ.

ער טראכט נאך ביי זיך, ווער ווייסט וואס עס טוט זיך יעצט אפ ביי מיר אינדערהיים, אפשר איז שוין חלילה נישט דא אויף וואס מזכיר צו זיין…

אבער א חסידיש’ע איד איז זיך אלעמאל מחזק מיט אמת’ע אמונה און בטחון, און כל שכן אז עס איז שבת קודש, איז דאך שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא. און נאך דערצו אז מען געפונט זיך ביים רבי’ן, נישט קיין חילוק צי מען האט שוין יא מזכיר געווען צו נישט, אז מען געפונט זיך ביים רבי’ן איז אלעמאל גוט.

נאכן גוט שבת זאגן, גייט דער רבי אריין צו זיך אין שטוב, און ער מאכט דארט קידוש איינער אליין. דאס איז א נאדבורנא מנהג, אז מען מאכט נישט קידוש בפרהסיא (ד.מ. פאר מענטשן). ביי קידוש מעגן זיך נאר געפונען די בני משפחה, און אפילו די גאר נאנטע חסידים באקומען נישט קיין רשות אריינצוקומען צו קידוש.

אבער ווי עס ווערט זיך געפירט ביי אלע חסידים, האבן אויך דא די חוסט’ע חסידים זיך געשטופט נעבן פענסטער פון רבי’ן, און פרובירט צוצולייגן א אויער, אפשר דאָך וועט מען האבן די זכי’ צו הערן א ווארט פון דעם רבי’ן’ס קידוש.

אויך אונזער בעל המעשה האט זיך צוגעשטעלט צום פענסטער, און פרובירט זיך גוט צוצוהערן, אפשר דאך וועט מען עפעס הערן.

דער רבי גרייט זיך צו מאכן קידוש, און וויל שוין אויפהייבן דעם בעכער, אבער אן אינטערסאנטע זאך איז דאן געשעהן, דער רבי הייסט מען זאל עפענען די פענסטער!

עס איז געווען א גרויסע חידוש ביי די גבאים און בני בית פון רבי’ן, דאס איז דאך אנדערש ווי אלעמאל, אבער אז דער רבי הייסט פרעגט מען נישט קיין קשיות, מען האט געפענט די פענסטער, און די חסידים פון אינדרויסן – צווישן זיי אונזער בעל המעשה – האבן זיך זייער געפריידט צו קענען  געהעריג מיטהאלטן דעם גאנצן קידוש, א זאך וואס זיי וואלטן זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט.

נאך קידוש, דער רבי טרינקט אויס דעם כוס, און ער קומט צו צום פענסטער. ביים פענסטער איז געשטאנען דער איד, און דער רבי זאגט איהם הויעך “גוט שבת, גוט שבת, דיין טאכטער וועט שוין זיין געזונט”!

אינגאנצן איבעראשט ענטפערט דער איד צוריק גוט שבת, און אינצווישן האט שוין דער רבי צוריק פארמאכט די פענסטער, און די עולם איז זיך צוגאנגען, אבער דער איד איז געשטאנען געפלעפט, ד.ה. כ’בין קוים אנגעקומען ערב שבת, כ’האב נאכנישט געהאט קיין מעגליכקייט מזכיר צו בים רבי’ן, און דער רבי מיט זיין הייליגן רוח הקודש האט ער שוין אלעס געזעהן, שוין אינזינען געהאט, שוין געוואונטשן, און אפילו צוגעזאגט “אז זי גייט שוין זיין געזונט”!

ער האט שנעל א קוק געטאָן אויפן זייגער, דער זייגער האט געקלאפט צעהן אזייגער, יעצט איז ער שוין רואיג און פארזיכערט אז בעז”ה וועט זיין טאכטער זיין געזונט, ווייל אז א צדיק זאגט ארויס א ווארט פון מויל, איז נישט דא וואס נאכצוטראכטן נאכדעם. ער האט נאר געווארט צו קענען זיך געזעגענען פונעם רבי’ן, און צוריק אהיים פארן זעהן מיט זיין אייגענע אויגן די ישועה.

עס איז אריבער דעם שבת, די גאנצע שבת איז געווען דערהויבן- א שבת ביים רבי’ן איז נישט קיין זאך וואס מאכט זיך יעדן וואך, די תורה וואס דער רבי זאגט דאס זענען דאך מוסר און חסידות וואס דרינגט אריין טיף טיף אינעם נשמה, דאס געבט מוט און כח אנצוגיין ווייטער מיטן עבודת ה’ אויך ווען מען וועט זיך שוין מער נישט געפונען ביים רבי’ן אין חצר.

מוצאי שבת, דאס ערשטע געלעגנהייט, האט ער גענומען א וואגן און צוריק אהיים געפארן, ער קומט אהן אהיים, און זעהט ווי זיין טאכטער – די מיידל וואס איז געלעגן אזוי פארשמאכטעט אויפן בעט דעמאלטס ווען ער איז פון דא אוועק געפארן – דרייט זיך יעצט ארום אזוי פריש און מינטער, ווי א יעדע מיידעלע אין איר עלטער.

עס איז נישט צו באשרייבן די פרייד וואס האט איהם באנומען, ער האט גלייך געהויבן זיינע הענט צום הימל, און געדאנקט דעם רבוש”ע פאר זיינע גרויסע חסדים, די הימל’ישע ישועה למעלה מדרך הטבע.

דאַן האט ער געפרעגט די בני בית זיי זאלן איהם דערציילן וואס דא איז פארגעקומען, האבן זיי דערציילט, אז פרייטאג צונאכטס ווען דער מצב איז ליידער גארנישט בעסער געווארן, און דאס מיידל איז ווייטער געווען אין איר שווערן מצב, די גאנצע הויז געזונט האבן ארומגערינגלט איר בעט, געזאגט תהלים, און געהאפט אויף א ישועה, וואס האט זיכער געדארפט זיין למעלה מדרך הטבע.

און פלוצלינג בערך צעהן אזייגער, וועקט זיך דאס מיידעלע אויף, און זאגט: כ’האב יעצט געהערט דעם רבי’ן מאכן קידוש, און ער האט מיר געזאגט אז כ’גיי שוין זיין געזונט!

פון דעמאלטס איז זי געווארן בעסער און בעסער ביז זי איז אויפגעשטאנען פון בעט, און עס איז נישט געווען צו דערקענען אז זי איז בכלל געווען אמאל אין א שווערן מצב, זי האט זיך ווייטער געשפילט מיט די אנדערע געשוויסטער ווי געהעריג, און איז פולקאם געזונט געווארן ב”ה. די מיידעלע האט דערלעבט א טיעפן עלטער פון איבער די ניינציג יאר, און געוואוינט אין ארץ ישראל אין פתח תקוה.

יעצט האט ער שוין פארשטאנען פארוואס דער רבי האט פונקט דעם שבת געפענט דעם פענסטער ווען ער האט געמאכט קידוש, ער האט געוואלט אז דאס מיידל זאל אויך הערן קידוש…

[צדיקים ווען זיי ווילן טוהן זאכן וואס זענען למעלה מדרך הטבע, וועלן זיי אסאך מאל טוהן זאכן אויך אויפן נארמאלן וועלטס שטייגער, וואס מיט דעם זענען זיי מעורר דעם ענין למעלה מדרך הטבע, אויך דא האט דער רבי געפענט דעם פענסטער, אפילו בדרך הטבע איז נישט מעגליך אז זי זאל קענען בעסער הערן דעם קידוש פון רבי’ן ווייל די פענסטער איז אפן, ווייל זי איז דאך געווען ווייט אוועק אין אן אנדערע שטאט].

זכותו יגן עלינו

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.