ווי עס איז באקאנט, האבן די צוויי הייליגע ברודער’ס דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זיע”א און דער הייליגער רבי ר’ זושא זי”ע געפראוועט ‘גלות ליידן’ במשך עטליכע יאהר, ווי זיי פלעגן קלעטערן און וואנדערן פון דארף צו דארף און פון שטאט צום אנדערן שטאט, און פארארבעט זייערע הייליגע עבודות.
במשך די גלות ליידן פון די הייליגע ברודערס האבן זיי זיך גאר שטארק באהאלטן, מען זאל נישט דערקענען אויף זיי ווער זיי זענען, און אט אזוי האבן זיי געקענט שלאפן און עסן אינאיינעם מיט די אורחי פורחי’ניקעס, און קיינער האט זיי נישט געשטערט זייער הייליגע אונטערנעמונגען.
יעדע וואך בעפאר עס איז אנגעקומען די הייליגע שבת, האבן זיך די צוויי ברודער צוטיילט, דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זיע”א האט ליבערשט געוואלט פראווען די שבת ביי א איד א נגיד – א בעל הבית, אזוי ארום וועט ער קענען ווי געהעריג מכבד זיין דעם שבת, מיט ברייטע שבת’דיגע סעודות א.א.וו. ווידער דער הייליגער רבי ר’ זושא זיע”א האט ענדערש זיך געוואלט דרייען צווישן די בעטלער און שנארער, אזוי ארום וועט ער זיך אפשר באגעגענען מיט די באהאלטענע צדיקים וואס דרייען זיך צווישן זיי.
-דער רבוש”ע האט אוועקגעשטעלט זעקס און דרייסיג צדיקים אין יעדן דור, וואס אין זייער זכות ווערט אויפגעהאלטן די וועלט. אפשר אין א צווייטע געלעגנהייט וועלן מיר מער פארברייטערן דאס ענין פון די באהאלטענע ל”ו צדיקים וואס געפונען זיך אין יעדן דור.
האט זיך געמאכט אמאל אין א ערב שבת, ווי די צוויי ברודער האבן זיך פונאדערגעשיידט ווי געווענליך, דער רבי ר’ אלימלך זיע”א האט זיך געטראפן א בעל הבית – א נגיד’ישע איד, וואס האט איהם גערן אריינגענומען צווישן אנדערע צענדליגע געסט וואס פלעגן קומען וועכענטליך מיטצוהאלטן דעם געשמאקן שבת טיש, מיט די גוט צוגעגרייטע עסן.
דער רבי ר’ זושא זיע”א האט זיך גענומען גיין צום עק שטאט, און זיך אפיר געזוכט א קליין הייזקעלע – צובראכן און פאראָרעמט, אריינגעקלאפט אויפן צובראכענעם טיהר, פרעגענדיג אויב ער קען זיך אנגעבן אלס גאסט אויפן שבת.
די אידענע האט געפענט דעם טיהר, און האט מיט גרויס עהרע און כבוד אויפגענומען דעם גאסט, אבער ערקלערט אז אין הויז געפינט זיך נישט מער ווי א קליין בילקעלע פאר ביינאכט און פאר אינדערפרי, קוים א שטיקל פיש מיט א קליין פיצקעלע פלייש, אזוי ארום אז עס איז פשוט נישט מעגליך אריינצונעמען געסט אויף אזא פארנעם.
אבער דער רבי ר’ זושא זיע”א האט פארשפראכן אז וואס מען וועט איהם געבן וועט איהם גענוג זיין, און ער בעהט זיך שטארק אז מען זאל איהם לאזן פארוויילן אויף שבת ביי זיי אינדערהיים. די אידענע האט ערקלערט אז ער מוז אבער ווארטן ביז דער מאן וועט אהיים קומען, און איהם פרעגן רשות.
כך הוה, דער רבי ר’ זושא האט אויסגעווארט דעם ארימאן ביז ער איז אהיים געקומען, און זיך איינגעבעטן צו קענען זיין דער גאסט אויף שבת, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיך געדארפט שטארק איינבעטן ביז ענדליך האט זיך דער ארימאן אנגערופן: “ערלעדיגט, דו קענסט פארבלייבן דא שבת, אבער בתנאי אז דו וועסט מיר נישט לאזן ווארטן, א גאנצע וואך ארבעט איך ביטער שווער, און אז עס קומט שבת דארף איך מיר אביסל אויסרוען, מען דאווענט מיטן ערשטן מנין, און מען עסט אפ דעם סעודה, ביסטו מסכים דערויף?!”
דער רבי זושא זיע”א האט צוגעזאגט מיטצוהאלטן אזוי ווי ער וועט פון איהם פארלאנגן.
פרייטיג צו נאכט’ס האט דער ארימאן אפגעדאווענט ווי די אלע געווענליכע בעלי בתים און פויערן, קידוש געמאכט און אפגעראכטן א סעודה איינס צוויי, אזוי אז דער רבי ר’ זושא האט שוין נישט געוויסט וואס זאל ער טראכטן, א צדיק האט ער זיכער נישט געהאלטן אז ער איז, אבער אזא ביליגע פראסטע בעל הבית?!
צומארגנס האט דער ארימאן שוין אנגעזאגט פארן רבין ר’ זושא אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו פארשפעטיגן דעם דאווענען זיבן אזייגער אינדערפרי, ווייל ער האט נישט קיין כח צו ווארטן צו די שפעטע מנינים, ער וויל אָפדאווענען און אָפעסן און האלטן דערנאך ווי שנעלער.
דער רבי זושא זיע”א איז געווען זייער צובראכן, וואס צוליב זיין מנהג זיך איינצובעטן יעדן וואך ביי א אנדערע ארימאן אויף שבת, צוליב דעם האט ער זיך דעם וואך אנגעטראפן מיט אזא פראסטע און פשוטע יונג, נאכן סעודה האט זיך דער רבי ר’ זושא זיע”א שטארק איינגעבעטן אין הימל מען זאל איהם צו ווייזן עפעס א ליכטיגקייט לכבוד דעם דריטן סעודה ‘רעוא דרעוין’, ער זאל נישט דארפן פארבלייבן איינער אליין מיט דעם פויער.
אזוי שפארצירנדיג צווישן די אלטע און צובראכענע הייזער, באמערקט ער אז עס געפינט זיך א בוידעם אין דער הייעך, און עס הערט זיך ארויס א קול פון דארטן, אבער וועלנדיג ארויפגיין האט ער באמערקט אז עס זענען נישט דא קיין טרעפן ארויף צו גיין, מען האט אוועקגענומען דעם לייטער.
האט זיך דער רבי ר’ זושא זיע”א ארויף געדראפערט און זיך ארויף געשלעפט דורכן וואנט, ביז ער איז אריינגעקומען אין בוידעם אריין, און עס האט זיך אנטפלעקט פאר איהם א מחזה הוד, עס זענען געזעצן ארום דעם טיש די אלע הייליגע ל”ו צדיקים – די הייליגע און גרויסע צדיקים וואס אויף זיי שטייט די וועלט – און ביים שפיץ זיצט נישט מער און נישט ווייניגער ווי ‘זיין בעל אכסניא’ דער ארימאן, דער וואס ער האט געמיינט אז ער איז פון די גרויסע פויערן.
אינגאנצן באגייסטערט פונעם הייליגן אטמאספער וואס ער האט דארט געזעהן האט ער נאך צו זיין גרויס שרעק געהערט ווי די צדיקים רופן זיך אָן איינער צום צווייטן “מה לילוד אשה בינינו?!” (מיר קענען נישט משיג זיין די קדושה און צדקות פון די צדיקים, וואס דער רבי ר’ זושא זיע”א ווערט אנגערופן קעגן זייערע קדושה ‘ילוד אשה’ – מיר קענען דאס נישט פארשטיין), אבער דער בעל אכסניא האט זיך אנגערופן “אז ער איז שוין דא זאל ער שוין פארבלייבן דא, אבער מיט איין תנאי אז ער זאל נישט קיינעם קיינמאל דערציילן וואס ער האט אלס געזעהן און געהערט”.
די גאנצע צייט האבן די צדיקים געשמועסט צווישן זיך הייליגע און פארבארגענע תורות, די שמועסן האבן זיך פארצויגן א לענגערע צייט איבער געוויסע באהאלטענע זאכן וואס מען טוט נישט לערנען מיט יעדן איינעם, נאר מיט גאר אויסגעוועלטע און הייליגע צדיקים.
נאכן שלש סעודות האט זיך דער הייליגער רבי ר’ זושא, געשפירט זייער דערהויבן, ער איז געווען זייער פרייליך אז ער האט זוכה געווען צו זיין צווישן די הייליגע צדיקים – די ל”ו צדיקים נסתרים.
אבער ער האט גוט געדענקט דאס וואס מען האט איהם אנגעזאגט אז ער טאר פון דעם אלעם פאר קיינעם נישט דערציילן.
המשך פון דעם מעשה וועט זיין קומענדיגע וואך בס”ד