א פרישער קריג קומט יעצט פאר פון די פרעזידענטליכער שטוהל, און דאסמאל איז עס מיט די טעכנאלאגיע ריז גוגל. פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אויסגערופן אן ערנסטער מלחמה קעגן גוגל, באשולדיגנדיג אז זיי טוען זיכער מאכן אז עס זאל ארויפקומען בלויז נעגאטיווע באריכטן אויף אים, ווען מען זוכט אויף סיי גוגל זוכעריי די נאמען “דאנאלד טראמפ”.
טראמפ טענה’ט אז דאס איז “פעיק טראמפ נייעס”, און דאס איז אן אומלעגאלער שטיק, וואס מען וועט דאס נעמען אין די האנט אריין און עס אפשטעלן. אין פאקט האט מען באקומען א באשטעטיגונג פון טראמפ’ס ראטגעבער אז די אדמיניסטראציע קוקט אריין אין א רעגולאציע וואס זאל קענען ברענגען פאר גוגל ערנסטע קאפ ווייטאג.
ווי טראמפ זאגט, איז זייער נישט יושר’דיג אז ווען מען זוכט זיין נאמען אויף גוגל טרעפט מען נייעסן און באריכטן פון פארשידנארטיגע ליבעראלע נייעס קאנאלן, וואס יעדער ווייסט אז זיי באריכטן פאלשע און פארפירערישע נייעס אויף דעם פרעזידענט און זיין שטאב.
“די רעזולטאטן פון די זוכערייען אויף מיר איז א שווינדל, אזוי אז עס זעט אויס ווי גלייך אלע נייעס איבער מיר זענען שלעכט… די פאלשע סי. ען. ען. באקומט די הויפט נייעס, אבער די אויסגעהאלטענע און שיינע קאנסארוואטיווע באריכטן ווערן ערגעצוואו פארשטימט” קרעכצט דער פרעזידענט אויף טוויטער.
לויט פרעזידענט טראמפ, זענען אזויפיל ווי 96% פון די רעזולטאטן אויף גוגל זוכעניש פאר די ווערטער “טראמפ נייעס” – נעגאטיווע און פול מיט אגענדעס קעגן אים. “גוגל געוועלטיגט אויף אונז וואס מיר קענען יא אדער נישט לייענען, עס איז זייער א הארבער סיטואציע, מיר וועלן דאס מוזן באהאנדלען”.