אין שטאט ‘מאסט’ האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר’ שלמה, ער איז געווען א פייערדיגע חסיד פונעם צדיק הרה”ק רבי ישכר דוב מ’בעלזא זי”ע, צו יעדע געלעגנהייט האט ער זיך אריבערגעכאפט קיין בעלזא זיך מסתופף זיין בצלו פון זיין הייליגן רבי’ן, אלע ימים טובים האט ער געפראוועט אין בעלזא, און אויך צו יעדע שיינע שבת און יומא דפגרא פלעגט ער זיך אריבערכאפן צום רבי’ן, שעפן פונעם הייליגן קוואל תורה וחסידות און יראת שמים.
איינמאל ביי איינע פון די שבתים אין בעלזא איז געווען גאר א גרויסע עולם און ביי די תפילות און טישן איז געווען א גרויס געשטופעניש, ר’ שלמה’ס שיך זענען שוין געווען אלט און פונעם געדרענג האט זיך עס צוריסן, ווען ער איז אנגעקומען אהיים קיין ‘מאסט’ איז ער גלייך זונטאג אינדערפרי אריבער צום לאקאלן מארק און צוגעגאנגען צום בודקע פון איוואן – דער לאקאלע שוסטער – מיטן ציל אז ער זאל אים פארעכטן זיינע שיך.
אבער אנקומענדיג אין מארק כאפט זיך ר’ שלמה אז היינט איז זונטאג און אלע גוים האלטן פארמאכט זייערע געשעפטן צוליב וואס זיי האלטן זונטאג פאר זייער חאגע פון זייער קריסטליכע רעליגיע, אבער מ’דארף דאך פארעכטן די שיך, האט ר’ שלמה געקלערט צו זיך אז ער וועט אריבער גיין צו איוואן אהיים און ער וועט אים שוין איבערצייגן אז ער זאל אים יא פארעכטן די שיך אפילו עס איז היינט זייער רוה טאג.
ר’ שלמה איז גלייך אריבער צו איוואן אהיים, ער קלאפט אן אויפן טיר און איוואן עפענט “אה סאלאמאן, וואס ברענגט דיך צו מיר אהיים היינט אינדערפרי?” און ר’ שלמה ענטפערט “איך בין געווען שבת ביים ראבינער אין בעלזא און מיינע שיך האבן זיך צוריסן, אפשר קענסטו מיר עס פארעכטן?”
איוואן עפענט אויף אפאר גרויסע אויגן און זאגט “סאלאמאן, דו ווייסט נישט אז היינט איז מיין רוה טאג, מיין אפגאט וועט מיר שטראפן אויב וועל איך פארשוועכן דעם קריסטליכן רוה טאג”.
אבער ר’ שלמה לאזט זיך נישט און נעמט זיך ערקלערן “איוואן טייערע, וויסן זאלסטו אז די גאנצע קריסטליכע רעליגיע איז שקר און בלאף פון אויבן ביז אראפ, דו קענסט ארבעטן זונטאג מיט א רואיגע געוויסן און דו דארפסט בכלל נישט מורא האבן פון דיין אפגאט וואס עקזעסטירט נישט”.
וויבאלד ר’ שלמה איז געווען א רעספעקטירטע פערזאן אינעם גאנצן דארף, אפילו אין די אויגן פון די גוי’אישע פויערן איז ער געווען געשעצט האבנדיג א נאמען אלס אן אנשטענדיגער מענטש, זענען זיינע ווערטער אריין אין איוואנ’ס קאפ און דער דארפישער פויער האט עס אנגענומען און זיך אנגערופן צו אים, “ס’זעט אויס אז דו ווייסט וואס דו זאגסט, אויב אזוי קענסטו מיר געבן דיינע שיך און איך וועל דיר עס פארעכטן”.
איוואן האט אויפן פלאץ גענומען די פאר שיך און ארויסגענומען זיינע כלי מלאכה און זיך גענומען צו דער ארבעט, נאך אפאר מינוט איז די שיך גרייט געווארן און ר ‘ שלמה האט אים באצאלט די געווענליכע פרייז און דערצו צוגעלייגט נאך א שיינע מטבע אלץ דאנק פארן זיך אנשטרענגן צו ארבעטן אין א ‘זונטאג’.
נאך די מעשה האט איוואן אנגעהויבן צו טראכטן אז אפשר זאל ער אנהייבן צו ארבעטן עמטליך יעדע זונטאג, צו וואס זאל ער גיין ליידיג יעדע זונטאג און פארשווענדן צייט וואס אין די שעות קען ער ארבעטן און פארדינען געלט, און טאקע שוין דעם נעקסטן זונטאג איז שוין איוואנ’ס שוסטעריי געווען ברייט אפן און ס’האט אים טאקע נישט געפעלט קיין ארבעט.
ווען א צווייטער פויער האט באמערקט אז איוואן האלט אפן דאס געשעפט זונטאג איז ער צוגעקומען צו אים און אים פארגעהאלטן היתכן ער פארשוועכט די גוי’אישע חאגע? און איוואן האט אים שיין מסביר געווען אז ר’ שלמה האט אים אויפגעקלערט אז די גאנצע קריסטליכע רעליגיע איז פאלטש, און אויב ‘ראביי סאלאמאן’ זאגט אזוי, איז עס זיכער אמת, ווייל ער איז דאך אן ארנטליכע מענטש, איז וועגן דעם זעט ער נישט קיין סיבה צו האלטן פארמאכט זיין געשעפט יעדן זונטאג.
דער צווייטער גוי האט אויך געקענט ר’ שלמה און געוואוסט אז ער איז אן ערליכער, און ער האט אנגענומען די אויפריכטיגע ווערטער וואס ער האט נארוואס געהערט פון איוואן און ער האט זיך געמאכט די זעלבע חשבון וואס איוואן האט געמאכט ‘צו וואס אפ’בטל’ן דעם גאנצן זונטאג ווען מ’קען מאכן געלט’, און טאקע דעם נעקסטן זונטאג האט דער צווייטער פויער שוין אויך אפן געהאלטן זיין געשעפט.
אזוי זענען מער און מער פויערן נאכגעשלעפט געווארן מיט דעם געדאנק אז די גאנצע זונטאג חאגע איז הוילע בלאף און ס’איז אשאד נישט צו ארבעטן דעם טאג. ביז דער גלח פון דארף האט באמערקט אז אסאך פויערן האלטן אפן די געשעפטן אום זונטאג, און ס’האט אים נישט געדויערט לאנג נאכצוגיין אז די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן ביי איוואן וואס ער האט עס געהערט פון ר’ שלמה דער אידישער מאשקע אין שטעטל, פארן גלח האט עס זייער פארדראסן אז א איד האט אינגאנצן צונישט געמאכט די קריסטליכע גלויבן אין די אויגן פון די תמימות’דיגע פויערן, און ער איז גלייך אריבער צו די פאליציי און איינגעגעבן א קלאגע קעגן ר’ שלמה אז ער האט פארשוועכט דעם קריסטליכן גלויבן און פארשעמט זייער אפגאט.
די פאליציי האט גלייך ארויסגעגעבן אן ארעסט באפעל אויף ר’ שלמה’ן און גלייך זענען א גרופע פאליציאנטן אריבער צום שטוב פון ר’ שלמה אים צו ארעסטירן, זיי קלאפן אן אויפן טיר און זיין פרוי עפנט אויף, זי האט זיך אינגאנצן דערשראקן זעענדיג די פאליציי און בלאסערהייט געפרעגט וועמען זיי זוכן? “סאלאמאן” – איז געקומען דער ענטפער.
דער הייליגער באשעפער דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט בהשגחה פרטית אז ר’ שלמה האט זיך אין יענע טעג געפונען אין בעלזא ביים רבי’ן, און די פאליציי האבן איבערגעדרייט דעם גאנצן שטוב און נישט געטראפן דעם געזוכטן ר’ שלמה, זיי האבן פארלאזט די הויז מיט ליידיגע הענט אבער איבערגעלאזט א שטרענגע ווארענונג אז ווי נאר ער קומט אן אהיים זאל ער זיך קומען איבערגעבן צו די פאליציי.
זיין פרוי האט שנעל געשיקט א שליח קיין בעלזא איבערגעבן פאר ר’ שלמה אז ער זאל ‘נישט’ אהיימקומען ביז ווילאנג זאכן ווערן מסודר און מ’וועט קענען אראפנעמען די קלאגע וואס לויערט אויף אים, דער שליח איז אנגעקומען קיין בעלזא און איבערגעגעבן פאר ר’ שלמה, און די ידיעה פונעם ארעסט באפעל האט זיך פארשפרייט צווישן די יושבים און חסידים אין בעלזא ביז די שמועה איז אנגעקומען צום רבי’ן.
דער הייליגער רבי האט געלאזט רופן ר’ שלמה און אים געהייסן ער זאל אים איבערזאגן פונקטליך די ווערטער וואס ער האט געזאגט פארן גוי איוואן וועגן זיין רעליגיע, ר’ שלמה האט איבערגעזאגט פארן רבי’ן פונקטליך ווארט ביי ווארט וואס ער האט געזאגט פאר איוואן דער שוסטער, דער צדיק האט זיך גוט צוגעהערט צו וואס ר’ שלמה זאגט און ער איז געבליבן שטיל פארטראכט אין זיינע מחשבות פאר אפאר לאנגע מינוטן, ר’ שלמה איז געשטאנען מיט דרך ארץ און געווארט צו הערן וואס דער רבי וועט אים זאגן.
נאך אפאר מינוט גיבט זיך דער רבי א שטעל אויף און רופט זיך אן צו ר’ שלמה, “אויב איז וואר אז דאס זענען געווען די ווערטער וואס דו האסט געזאגט פארן גוי’אישן שוסטער, האסטו דאך געזאגט דעם אמת, און פארן זאגן דעם אמת קומט זיך נישט קיין שטראף, קענסט אהיימפארן לחיים ולשלום און דו האסט נישט וואס מורא צו האבן”.
ר’ שלמה האט זיך געזעגנט פונעם רבי’ן אנגעפילט מיט האפענונג און זיך ארויסגעלאזט צוריק אהיים קיין ‘מאסט’.
די סדר אין יענע געגנט איז געווען אז ווען די פאליציי האט געוואלט אנקלאגן איינעם אין געריכט האט דער הויפט אפיציר פונעם שטעטל געדארפט צאמנעמען אלע פאפירן פון די גאנצע קלאגע, אלע עדות’שאפטן און טענות, און איינמאל א חודש האבן זיך אלע פאליציי הויפטן פון אלע ארומיגע קליינע שטעטלעך צאמגעקומען אינעם גרויסן שטאט ‘זשאלקאווע’ און דארט איז געווען א הויפט קאמאנדיר וואס איז געווען געשטעלט אויפן גאנצן געגנט, ער האט איבערגעקוקט אלע קלאגעס און וואס ער האט בעשטעטיגט האט מען אריינגעפירט צום געריכט.
אזוי אויך אינעם שטעטל ‘מאסט’ וואו ר’ שלמה האט געוואוינט איז דער הויפט פון די ארטיגע פאליציי געווען פארנומען צאמצונעמען און אפשרייבן די גאנצע קלאגע מיט די עדות קעגן דעם ר’ שלמה ווייל דער טאג פונעם צאמקום פון אלע הויפט אפיצירן אין זשאלקווע האט זיך דערנענטערט.
צום באשטימטן טאג פונעם צאמקום איז דער הויפט אפיציר פון מאסט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט, אלעס האט אים געדויערט לענגער ווי געווענליך, די פערד האבן זיך נישט געלאזט שפאנען צום וואגן, דערנאך האט ער נישט געקענט געפונען די צעטלעך, ביז ענדליך ווען ער האט שוין געטראפן די צעטלעך און ארויסגעפארן פון מאסט איז ער אריינגעפאלן אין א בלאטע, און אזוי האט ער זיך געמוטשעט ביז ווען ער איז ענדליך אנגעקומען קיין זשאלקאווע ממש ווען די זיצונג ביים הויפט אפיציר האט זיך געשלאסן.
ווען דער הויפט אפיציר פון זשאלקאווע האט דערזען דעם אפיציר פון ‘מאסט’ אנקומען אזוי שפעט האט ער זיך גענומען שרייען אויף אים מיט כעס פארוואס ער איז געקומען שפעט, דער אפיציר פון מאסט האט זיך גענומען פארענטפערן אז זאכן זענען אים נישט געגאנגען גוט היינט, אבער דער גרויסער אפיציר האט פון גארנישט געוואלט הערן, ער האט איבערגענומען די גאנצע הויפן פאפירן מיט די קלאגע אקעגן ר’ שלמה און עס אריינגעווארפן אינעם ברענענדיגן אויוון…
פארשטייט זיך אז ר’ שלמה איז פריי געווארן פון אלע קלאגעס און ווען ער איז אנגעקומען צוריק אהיים פון בעלזא האט ער שוין באקומען די גוטע בשורה אז די קלאגע איז ארויסגעווארפן און ער איז ריינגעוואשן פון יעדע שולד.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן
עס וואלט געווען כדי צו שרייבן א מעשה פון א צדיק וואס די יארצייט געפאלט די זעלבע וואך
ווי באווסט אז מ’פירט זיך צו דערציילן א מעשה פונעם הייליגן בעש”ט יעדע מוצאי שבת קודש איז א סגולה אויף פרנסה האב איך געהערט פון נאך זאגן פון איינע פון די היינטיגע בעלי דרשנים אז ס’איז דא אין די ווארט דריי טעותים 1.אזנישט נאר פון דער בעש”ט נאר א יעדע צדיק 2. נישט נאר מוצ”ש נאר א גאנצע וואך 3.נישט נאר פאר פרנסה איז דאס מסוגל נאר פאר אלע גוטע השפעות וואס מ’טוהט באדרפן איז אויך לגבי דעם אז ס’פאסט מ’זאל שרייבן אמעשה אזויווי די שרייבסט אבער ס’איז נישט אזא נפק”מ