מאסעטשוסעטס – א מאן איז געשטארבן נעכטן, נאכן געביסן ווערן פון א שארק אין די ניוקאמב האלאו ביעטש אין וועלפליט, מאסעטשוסעטס. דער מאן, וועלכער איז אידענטיפיצירט געווארן בלויז אלס עמיצער אין זיינע צוואנציגער יארן, איז געשטארבן, נאכדעם וואס פאראמעדיקס זענען גערופן געווארן צום ביעטש, ווען דער מאן איז ארויסגעקומען פון וואסער מיט צייכענעס פון א גרויסע שאק ביס.
ער איז אפגעפירט געווארן אינעם קעיפ קאד שפיטאל, און געשטארבן נאך קורצע באהאנדלונג, און די לאקאלע אויטאריטעטן זאגן אז דער אינצידענט איז די ערשטע פאטאלע שארק ביס אינצידענט אינעם ראיאן, זייט יאר 936′.
בכלל איז עס איז די ערשטע שארק ביס פאטאליטעט וואס מען הערט אין אמעריקע אין גאר א לאנגע צייט, וואס טראץ וואס מענטשן האבן א שרעקליכן פחד פון שארקס, הערט מען פאקטיש זייער זעלטן אז עמיצער ווערט געביסן.