לאס אנדזשעלעס – קאליפארניע גאווערנאר דזשערי בראון, האט געמאלדן אז די סטעיט וועט ארויפשיקן אן אייגענעם סאטעליט אין ספעיס, צו האלטן אן אויג אויף שעדליכע פאלושען אין דער לופטן, און אנדערע “קלימאט טויש” אנגעלעגנהייטן.
גאווערנאר בראון האט דאס געמאלדן ביים יערליכן גלאבאלן “קליימעט טשעינדזש סאמיט”, וואו די אמעריקאנער רעגירונג פלעגט יערליך אנטיילנעמען אפיציעל, און דאס איז אפגעשטעלט געווארן זינט טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז.
בראון האט געזאגט, אז אויב די פעדעראלע רעגירונג קימערט זיך נישט מיט דער אישו, וועט קאליפארניע נעמען אייגענע שריט, און ארויפשיקן אליינס א סאטעליט אין ספעיס, און טאן נויטיגע שריט צו באשיצן די איינוואוינער פון פאלושען.