פיאנגיענג – צפון און דרום קארעא האבן אינאיינעם געעפנט א געמיינזאמען “ליעזאן אפיס”, אויף דער צפון קארעאר זייט פון דער גרעניץ, וואס דער אפיס וועט זיין אוועקגעשטעלט אז די צוויי לענדער זאלן קענען דיסקוסירן סיי וועלכע אישו עס קומט אפיר, 24 שעה א טאג, 365 טעג א יאר.
די אנטוויקלונג איז נאך א פאזיטיווע טריט אינעם ריכטונג פון פולקאמע שלום און צוזאמלעבן צווישן די צוויי לענדער וועלכע האבן צענדליגער יארן געלעבט אויף מעסער-שטעך איינער מיט’ן צווייטן.
דאס עפענען דעם ליעזאן אפיס, קומט געציילטע טעג בעפאר קים יאנג אן איז ערווארטעט זיך צו טרעפן פאר א דריטן סאמיט מיט’ן דרום קארעא פרעזידענט מון זשאי-אין, און די אויטאריטעטן פון ביידע לענדער האבן געזאגט אז דער ליעזאן אפיס איז שוין אין פולן אפעקט און באנוץ.