אידישע נייעס

אנטי-כפרות אקטיוויסטן שטורעמען ניו יארק

ברוקלין – אנטי-כפרות אקטיוויסטן זענען פרייטאג איבערגעפאלן א כפרות צענטער אין בארא פארק, און האבן געשריגן לאזונגען, און אויך צעבראכן א צוים.

די פארשוינען זענען געקומען צום סקווערער בארא פארק כפרות צענטער אויף דער פערצנטער עוועניו און 45’סטער גאס, און זיי האבן אנגעהאט העמדער מיט די ווערטער “צער בעלי חיים” אויף ענגליש.

ווען די אקטיוויסטן זענען געווארן ווילד, און אנגעהויבן פיזיש איבערפאלן דעם פלאץ, האט מען באלד אלארמירט שומרים און די ניו יארק סיטי פאליציי, וועלכע זענען אנגעקומען און געמאכט ארדענונג, אבער קיין ארעסטן זענען נישט דורכגעפירט געווארן.

דער איבערפאל איז געקומען איין טאג נאך אן ענליכן איבערפאל אויף א כפרות צענטער אין וויליאמסבורג, און די גרופע זאגט אז זיי וועלן דורכפירן ענליכע איבערפאלן אין די קומענדיגע צוויי טעג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.