קעראליינעס – אידישע איינוואוינער אין נארט קאראליינע און אין סאוט קאראליינע ווערן אויך שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין פלארענס, וועלכע בושעוועט יעצט אין די צוויי סטעיטס.
אין ווילמינגטאן, נארט קאראליינע, פארמאגט די לייבליך פאמיליע דעם ארטיגן חב”ד צענטער, און זיי זאגן אז אויף ראש השנה האבן זיי זיך שוין געפלאגט מיט מנין, וויבאלד א סאך אידישע איינוואוינער האבן פריצייטיג עוואקואירט, מורא האבנדיג אז דער האריקעין קען נאך אנקומען אינמיטן יום טוב. יעצט זאגט די לייבליך פאמיליע, אז זיי זענען דערווייל פארבליבן אין שטאט, און פלאנירן צו פארבלייבן אויך אויף יום כיפור, אבער ס’איז נישט קלאר צי זיי וועלן האבן מנין.
אין מירטל ביעטש, סאוט קאראליינע, האט מען שוין פאריגע וואך מיטוואך עוואקואירט ספרי תורה פונעם ארטיגן שוהל.