וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ’ס געוועזענער קאמפיין טשעירמאן פאול מענעפארט, האט פרייטאג זיך דערקלערט שולדיג אויף צוויי פעדעראלע הארבע קלאגעס, אלס טייל פון אן אפמאך מיט’ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער.
מענעפארט איז עטליכע וואכן צוריק געפונען געווארן שולדיג אויף עטליכע הארבע פינאנציעלע קלאגעס, און איז אויסגעשטאנען נאך א פראצעס איבער זיין לאביאינג ארבעט אין אויסלאנד, אבער מיט’ן דיעל וואס ער האט געשלאסן מיט מוללער, וועט ער אויסמיידן דעם צווייטן פראצעס, און גאנץ מעגליך באקומען א גרינגערן טורמע אורטייל.
מענעפארט דערקלערט זיך אצינד שולדיג אויף 2 קלאגעס, קאנספיראציע קעגן די רעגירונג און שטערן יוסטיץ, און ער וועט קאאפערירן מיט מוללער, אבער נישט אויף אישוס פונעם טראמפ קאמפיין.