‘דר. וואקספעלד’ זיצט זיך אין זיין אפיס אויפן באקוועמען פאטעל, זיפענדיג פון א שאל ווארימע קאווע, פארטיפט אין זיינע געדאנקען, ווען א קעגן איבער אים בליטשקענען פילע סקרינס ווי מ’זעט די מצב פון אלע פאציענטן פון די אפטיילונג.
היינט נאכט צוליב די חגאות סעזאן זענען אלע דאקטוירים און נוירסעס פונעם גאנצן אפטיילונג געגאנגען צו זייערע פארוויילונגען און האליערייען, אבער מ’קען דאך נישט איבערלאזן דעם גאנצן כראנישע אפטיילונג – ווי עס ליגן אלע קריטיש פארוואונדעטע פאציענטן און גאר שווערע צושטאנדן – אן א פראפעסער איבער נאכט, הגם אין רוב פעלער שלעפט מען איין די פאציענטן וואס געפונען זיך אין אזעלכע מצבים, אבער מ’קען קיינמאל נישט וויסן אויב איינער וועקט זיך אויף וכדו’.
דערפאר איז אונזער דר. וואקספעלד – אלס אידן אפשטאמיגער וואס באטייליגט זיך נישט אין די גוי’אישע צוזאמענקנופטן – געשטעלט געווארן צו פארבלייבן איבער נאכט זיכערמאכן אז אלעס גייט דורך כשורה.
דער הויפט אויפזעהער האט אים אנגעזאגט אז אויב מאכט זיך סיי וואספארא פראבלעם אדער קאמפליקאציע ביי א חולה, און ער פילט אז ער קען עס נישט ריכטיג באהאנדלען זאל ער אים אריינרופן אין זיין פריוואטן סעלפאון, און די גאנצע סטעף וועט אים קומען ארויסהעלפן צו ברענגען די מצב אין קאנטראל.
ביזדערווייל איז שוין 11:30 און אלעס איז אינארדענונג קיין איין פאציענט מאכט נישט קיין פראבלעמען, דער עולם שלאפט א מחי’, און אונזער פראפעסער מר. וואקספעלד האפט אז די שטילקייט וועט אנהאלטן ביז אינדערפרי.
אבער 1:15 נאך האלבע נאכט, האבן זיך די צרות אנגעהויבן, איין פאציענט האט זיך אויפגעוועקט מיט יאמערליכע געשרייען פארפירנדיג אויף געפערליכע קאפ וויי, ווי נאר דר. וואקספעלד האט געהערט דעם געשריי האט ער געגעבן א שפרינג אויף פון זיין שטוהל און געלאפן צום פאציענט זעהן וואס ער קען אים העלפן ער האט געקוקט אויף אלע מאשינען ארום
אים, און גלייך אנגעהובן די נויטיגע איינשפריצונגען.
ער האלט נאך אינמיטן באהאנדלן דעם פאציענט, און צוויי קראנקע פונעם דערנעביגן צימער האבן זיך אויפגעוועקט פון די געשרייען פונעם ערשטן, ער האט שנעל צוגעענדיגט די באהאנדלונג און געלאפן צום צווייטן צימער זעהן וואס ער קען העלפן.
עס איז נישט דורך קיין 15 מינוט און א גרעסערע טייל פונעם אפטיילונג איז שוין געווען אויף, יעדער מיט זיינע קאפריזן און מיט זיינע משוגע’תן, דעם קראצט די הענט און דעם איז עפעס מיט די פיס נישט מסודר, ‘דר. וואקספעלד’ ארבעט ווי א ‘פערד און וואגן’ ארומלויפנדיג פון איין פאציענט צום צווייטן ארויסהעלפן מיט די נויטיגע באדינונגען.
עמערס פון שווייץ זענען גערינען פון זיין רויטן שטערן, ער האט געאטעמט ווי א ‘דאמף-וואגאן’, די פראבלעמען זענען געווארן ערנסטער, ביי איינעם האט זיך אויסגעשאלטערט א ווייער, א צווייטער האט אויפגעהערט צו אטעמען, און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן, ער איז אנגעצויגן אויף מאקסימום, ער האט נישט קיין ישוב הדעת, ער איז פארלוירן און מיאוש, פלוצלונג נעמט זיך אן אלארם פייפן אז א פאציענט האלט ביים אויסגיין…
5:30 ווען די ערשטע פון די סטעף איז אנגעקומען צום צופרי שיפט, איז שוין געווען – חוץ א אנגעצויגענע, פארמאטערטע, און צומישטע דאקטער – צוויי פאציענטן נישט ביים לעבן, און נאך צענדליגע וואס שרייען פאר הילף…
נאך קורצע חקירות ודרישות פון די שפיטאל באאמטע, האט מען אנגעקלאגט דר. וואקספעלד אויף הארבע ‘צווייטע גראד’ מארד קלאגעס, אין מעדעצינשע פארנאכלעסיקייטן, אבער וואקספעלד שרייט איך האב געארבעט איבער מיינע כוחות, א גאנצע נאכט ארומגעלאפן פון איינעם צום צווייטן, איך האב ממש נישט געקענט נאכקומען, עס איז למעלה מגדר אנושי צו באהאנדלן אזויפיל קראנקע אויף איינמאל…
אבער די ריכטער הערט אים בכלל נישט אויס, טענה’נדיג דו האסט בכלל נישט געדארפט אליין באהאנדלען אזויפיל פאציענטן, נאר גלייך 1:15 ווען דער ערשטער האט זיך גענומען שרייען, האסטו געדארפט אריינרופן פאר הילף, אזוי ווי מ’האט דיר אנגעזאגט…!
ס’איז צוגעטיילט געווארן פאר ‘וואקספעלד’ לעבנ’ס לענגליכע טורמע…!!!
טייערער ידיד… מיר האבן דיר גוטע נייעס… וויסן זאלסטו, דער אויבערשטער וויל ‘נישט’ דו זאלסט זיך מוטשענען א גאנץ יאר… דער געטרייע טאטע, דער בוכ”ע, וויל ‘יא’ דו זאלסט הנאה האבן פון אידישקייט און תורה ומצות… און די זאלסט האבן א פרייליכע רואיגע יאר.
דו ווילסט זייער שטארק נישט פארשלאפן זמן קר”ש… ס’איז אבער זייער שווער… וואס איז די עצה… דער באשעפער וויל נישט זאלסט דיר מוטשענען, ער וויל איין זאך, ער בעט זיך צו דיר, ‘זיי מתפלל צו מיר, בעט מיר, איך וויל דיר העלפן, אבער בעט מיר נאר…’ וואלסט מורא’דיג חשק געהאט צו לערנען… ס’איז דא איין עצה, איין וועג, בעט דעם אויבערשטן, ער איז גרייט, ער וויל דיר העלפן, ער ווארט נאר זאלסט אים בעטן…
אויבן אין הימל גייט מען נישט פארהאלטן, ‘היתכן האסט עובר געווען אויף די און די ‘לאו’…’ ‘האסט נישט מקיים געווען די און די מצוה…’ ‘האסט זיך נישט מתגבר געווען אויפן ‘יצר הרע’…’ נאר מען וועט פארהאלטן, פארוואס האסטו נישט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל דיר העלפן… פארוואס האסטו נישט מתפלל געווען… ס’איז נישט מעגליך אליין בייצוקומען דעם יצר… אלמלא הקב”ה עוזרו אינו יכול לו…
‘דו’ קענסט אבער ‘יא’ מתפלל זיין… דער באשעפער ווארט צו הערן דיין תפלה… אויף ‘אידיש’ אויף ‘לשה”ק’ אויף ‘ענגליש’… נישט קיין חילוק… “קרוב ה’ ‘לכל’ קוראיו…….!!!” זיי מתפלל און דער אויבערשטער וועט העלפן…!!!
גוטער געדאנק און טיפע מוסר השכל!