נארט קאראליינע – די “דוק ענערדזשי” פירמע האט נעכטן אקטיוויזירט איר העכסטן שטאפל עמורדזשענסי אלערט, ביי אן אלטע קוילן-געטריבענע פאוער פלענט אין נארט קאראליינע, נאכדעם וואס פארפלייצונג וואסערן פון שטורעם פלארענס אין דער דערנעבנדיגער “קעיפ פעיר” טייך, האט אנגעהויבן רינען גאר נאענט צום פלענט.
די זארג איז, אז די פארפלייצונג וואסערן וועלן איבעררינען די וואסער דאמבע, וועלכע האלט אן די סוטאן טייך נישט צו רינען נאענט צום פלענט, און אויב דאס וואסער קומט אריין אינעם פלענט, איז דא אן ערנסטע ריזיקע אז ס’וועט שאפן א מאסיוון אויפרייס.
מינימאל וועט דאס וואסער פארפעסטיגט ווערן מיט קוילן אפפאל און אנדערע ברענשטאף מיסט, וואס קען פארפעסטיגן די גאנצע וואסער סופליי אינעם ראיאן.