פארטא ריקא – ספעציעלע צערעמאניעס זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן, אפצוצייכענען גענוי איין יאר פון ווען דער מאסיווער האריקעין מאריא איז איבערגעפאלן די אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא, ברענגענדיג דעם אינזל צו אירע קניען, מיט מאסיווע דעסטרוקציע און חורבנות וואס האלטן אן ביז יעצט.
די פעדעראלע רעגירונג האט אין די לעצטע צוועלף מאנאטן אינוועסטירט ביליאנען דאלארן, צו העלפן אויפרייניגן און צוריקבויען פארטא ריקא, אבער די פראבלעמען האלטן ווייטער אן, און מען הערט נאכאנאנד פון גרויסע בלעקאוטס, טראץ דעם פארראכטענעם עלעקטעריק גריד.
באזונדער זענען נאך פארהאן זעכציג טויזנט היימען וואס פארמאגן בלויז צייטווייליגע פלאסטישע דעכער וואס קענען נישט דורכטראגן נאך א גרויסן רעגן אדער שטורעם, און צענדליגער טויזנטער אינשורענס קלעימס זענען נאכנישט פראצעסירט.