הרה”ק רבי משה מפשעווארסק זצוק”ל איז אמאל געווען אונטערוועגנס אינעם שטאט סאטינאב און ער האט זיך דארט אנגעטראפן מיט’ן קהל’ישן שוחט-ובודק, הרב ר’ חיים, וועלכער איז געווען א געהויבענער איד און א חסיד פון הרה”ק רבי ברוכ’ל מעזיבוזשער זצ”ל, און וויבאלד עס איז שוין געווען דאנערשטאג האט רבי משה אפגעשמועסט מיט איהם צו פארבלייבן דארט אויף שבת און ער האט זיך טאקע אויפגעהאלטן אין אכסניא ביי איהם אין שטוב.
ערב שבת קודש זענען זיי ביידע געגאנגען אין בית-המרחץ און דער שוחט ר’ חיים האט געוואלט באדינען דעם גרויסן גאסט און אנווארעמען פאר איהם דעם מרחץ. רבי משה האט איהם אבער אפגעווארפן, זאגענדיג: “איך קען זיך אליין משמש זיין”, און ער איז צוגעגאנגען נעמען הייס-וואסער פונעם טאפ.
ווי נאר ער האט אראפגעטראטן אין פארנט פונעם טאפ האט דער רבי א געשריי געגעבן “אוי”, ר’ חיים איז שטארק דערציטערט געווארן מיינענדיג אז דער רבי האט זיך אפגעבריעט. “ניין” – האט איהם דער רבי בארואיגט – “איך האב זיך נישט אפגעבריעט, נאר דארט וואו איך האב געטראטן איז פארהאן א שטיין פונעם בית-הכנסת”.
ר’ חיים האט באלד נאכגעפארשט ביים בעדער און געפונען דעם רבי’נס ווערטער אלס ריכטיג, דער שטיין איז אמאל ארויסגעפאלן פון בית-הכנסת און דער בעדער האט עס אהינגעשטעלט, אנצופולן א לאך.
שבת-קודש איז טאקע רבי משה געווען אין שטאט, און ער איז אריבער באזוכן דעם רב הרה”ק ר’ סענדר שור, אבער ווי-נאר דער רבי האט געלייגט די הענט אויפ’ן מזוזה האט ער אויסגערופן: “אוי, די מזוזה איז פסול”!
ביים רב אין שטוב איז געווען א מלמד וועלכער האט געלערנט מיט די קינדער פון ר’ סענדער און עס האט איהם זייער פארדראסן וואס רבי משה האט געטאן, און ער האט באשלאסן נאכצוקוקן דעם רבי’ן כדי ער זאל האבן פון וואס אפצולאכן. ווען דער רבי האט איהם געזען האט ער אויסגערופן “מלמד שחשדוהו”, אז עס איז נישט אזוי גלאט מיט איהם.
הרב ר’ סענדער זעלבסט האט אבער שטארק מכבד געווען דעם רבי’ן, און באלד מוצאי שבת איז ער געלאפן איבערקוקן די מזוזות. ער האט נישט לאנג געדארפט זוכן ווייל באלד ביים אנהויב האט ער געפונען אז די מזוזה איז טאקע פסול, ווייל ביים ווארט “ובשעריך” איז פארהאן א אות ו’ אנשטאט אן ענדע-כף. ער איז שטארק ערשטוינט געווארן און האט געפרעגט דעם רבי’ן וויאזוי ער האט עס באלד מרגיש געווען.
האט הרה”ק רבי משה ערקלערט, אז וויבאלד עס שטייט דאך “אורייתא וקודשא בריך הוא וישראל חד הוא – די תורה איז איינס מיט הקב”ה און די אידן, און דא ביים לייגן די האנט אויפ’ן מזוזה האט איך געפילט אז דא איז עס נישט אזוי”.
און רבי משה האט ווייטער געזאגט “מתחלה האב איך געמיינט אז עס איז צוליב מיר, האב איך תיכף מהרהר געווען בתשובה, אבער נאכאלץ האב איך געשפירט אז די דריי ענינים זענען נישט אינאיינעם, האב איך פארשטאנען אז די מזוזה איז פסול!”
זעענדיג אז דעם רבי’נס אלע רייד זענען אמת ויציב, האט הרב ר’ סענדער געפרעגט פונעם רבי’ן וואס ער האט אקעגן דעם מלמד, וועמען ער קען אלס אן ערליכער מענטש, האט רבי משה געענטפערט “עס שטייט דאך אזוי אין פסוק ביי משה רבינו: ‘והביטו אחרי משה’ זאגט רש”י ‘מלמד שחשדוהו’. ווער קוקט נאך משה? דער מלמד וואס מען איז חושד!” אזוי האט דער רבי ר’ משה געענטפערט.
עס איז נישט אדורך גיין לאנגע צייט און מען האט זיך טאקע דערוואוסט פארשידענע חשדות ארום דעם מלמד.
ווי דערמאנט איז דער שוחט ר’ חיים געווען א חסיד פון דעם רבי’ן רבי ברוכ’ל, יעצט ווען רבי משה האט שוין געוואלט פארן ווייטער אין וועג, האט ער דערציילט פאר ר’ חיים אז ער פארט קיין מעזבוזש צו קענען-לערנען דעם רבי’ן רבי ברוכ’ל און דעריבער זאל ער מיט איהם מיטקומען.
דער חסיד וועלכער האט מורא געהאט אז אויב רבי משה וועט טון עפעס וואס וועט נישט געפעלן דעם רבי’ן רבי ברוכ’ל, וועט ער מקפיד זיין אויף איהם וואס ער האט געברענגט דעם רבי’ן, ווייל ווי-באוואוסט האט זיך רבי ברוכ’ל געפירט שטענדיג מיט א שטארקע קפדנות, דעריבער האט ער דערציילט פאר רבי משה אז ער פארכט זיך מיט איהם מיטצופארן.
אבער רבי משה האט דווקא יא געוואלט אז ר’ חיים זאל מיטקומען, האט ער איהם אנגעשריגן “פון מיר האסטו נישט קיין מורא, אז איך הייס דיר צו קומען מיט מיר?” – בלית-ברירה האט ר’ חיים מסכים געווען, און ביידע זענען זיי ארויסגעפארן קומענדיג קיין מעזיבוזש.
דער רבי ר’ ברוכ’ל האט אויפגענומען דעם רבי’ן רבי משה פשעווארסקער און ער האט איהם שלום געגעבן, בעת דער חסיד ר’ חיים איז מחמת מורא געבליבן אינדרויסן ווארטנדיג מיט שרעק וואס עס וועט זיך אינווייניג אויסגיין.
געשפאנט איז ער געשטאנען מיט’ן אויערן צוגענייגט צום טיר וואו די צוויי צדיקים האבן זיך געפונען, אט הערט ער ווי הרה”ק רבי משה לאזט זיך ארויס אין א פייערדיגע געזאנג און ער פאטשט מיט די הענט מיט גרויס התלהבות. און רבי חיים הערט ווייטער ווי דער רבי ר’ ברוכ’ל פרעגט רבי משה “וואס איז די גרויסע שמחה”, זאגט דער רבי ר’ משה צום רבי’ן “וויאזוי זאל איך נישט זינגען אז איך זע דא ביי אייך דעם זעלבן צורה וואס איך זע אין היכל פון משיח!”
דער חסיד שטייט דערציטערט הינטערן טיר און ער הערט זיך ווייטער אונטער, רבי ר’ ברוכ’ל פרעגט פון רבי משה “און אלעס וואס מען ווייסט דארף מען זאגן?” “פארוואס נישט?” – ענטפערט צוריק רבי משה – “ווייל עס קען שאדן פאר אריכות ימים? איך בין דאך שוין אבער אויף די עלטער, און איך דארף זיך נישט זארגן דערויף!”.
הערנדיג די רייד האט דער רבי ר’ ברוכ’ל אויסגערופן הויך: חיים, וואויל איז דיר, פאר דעם אורח וואס דו האסט מיר געברענגט, יעצט גרייט אן א סעודה! פארשטייט-זיך אז ר’ חיים האט באלד געטון וואס דער רבי האט איהם געהייסן און ער האט צוגעשטעלט א סעודה.
ווען די צוויי צדיקים האבן זיך געזעגנט, האט הרה”ק דער רבי ר’ ברוכ’ל זיך אנגערופן: “עס איז זייער חשוב ביי מיר אייער אריכת-ימים, אבער נישט אלעס דארף מען דערציילן!”…