דער קאמוניסטישער דיקטאטור און פירער פון צפון קארעא, קים יאנג אן, האט געלאזט וויסן אז עס איז באשטעטיגט געווארן א פרישע סאמיט צווישן אים מיטן אמעריקאנעם פרעדיזענט דאנעלד טראמפ, וואס וועט זיין זייער צווייטער באגעגעניש, נאכדעם וואס איין אזא היסטארישער סאמיט איז שוין פארגעקומען פארלאפענעם יוני למספרם אין סינגאפאר.
דאס קומט נאך א זיצונג וואס קים יאנג אן האט אפגעהאלטן מיטן אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא, וואס איז לויט קים יאנג אן געווען א “נוצבארע און וואונדערבארע זיצונג”.
סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא זאגט אז דער זיצונג וועט פארקומען אין די ערשטע געלעגנהייט, און ביים זיצונג האט מען גערעדט איבער מעגליכע אינספעקציעס וואס די פאראייניגטע שטאטן וועט דורכפירן אויף די ארבעט פון דע-נוקלעאריזירן צפון קארעא, א פארשפרעכונג וואס קים יאנג אן האט געגעבן ביים ערשטן סאמיט אין סינגאפאר.
באזונדער האט פאמפעא געמאלדן אז די צפון קארעא רעזשים איז גרייט אריינצולאזן אינטערנאציאנאלע אינספעקטארן צו קענען אבזערווירן זייערע טעסט סייט’ס אינעם שטאט פאנגא-רעי, און זען וויאזוי עס ווערט צונאמען. לויט פאמפעא וועט דאס צושטאנד קומען “איינמאל מען וועט אויסארבעטן די טעכנישע דעטאלן”.
פאפמעא האט אויך באשטעטיגט די באריכט איבער א פרישע סאמיט צווישן טראמפ און קים.
ביים זיך טרעפן מיט קים יאנג אן, האט מייק פאמפעא געזאגט ווען די צוויי האבן זיך געדרוקט די הענט, אז “עס איז גוט זיך צו באגעגענען ווידעראמאל”, און קים האט אים געענטפערט “יא, איך בין זייער צופרידן אויף די געלעגנהייט וואס כ’האב”.
פרעזידענט טראמפ האט אויך געהאט וואס צו זאגן איבער דעם באגעגעניש, שרייבנדיג אויף זיין טוויטער קאנטע אז ” עס איז געווען א גוטער באגעגעניש מיט קים היינט אין פיאנגיענג. עס איז געמאכט געווארן פארשריט איבער די אפמאכן אינעם סאמיט אין סינגאפאר! איך ווארט אים ווידער צו זען אין די נאנטע צוקונפט”.