יא, נישט נאר אמעריקע האט א ‘טראמפ’, נאר אויך בראזיל… נישט ממש, אבער אזא סטיל קאנדיקאט איז יא פארהאנען, און דאס איז זשאאיר באלסאנארא, וועלכע האט יעצט האט באקומען 46% אין די ערשטע רונדע פון די וואלן אין בראזיל, אבער אצינד וועט ער זיך דארפן פארמעסטן ביים צווייטן רונדע קעגן די עקסטרעם ריכטע קאנדידאט.
אצינד גייט ער לויפן קעגן פרענאנדא כאדאד, פון די ארבייטערס פארטיי, נאכדעם וואס ער האט נישט באוויזן צו שאפן די נויטיגע פופציג פראצענט שטימען, לויט ווי עס פעלט זיך אויס צו געווינען ביים ערשטן רונדע וואלן. דער קעגנער כאדאד האט אנגעצויגן ניין-און-צוואנציג פראצענט פון די שטימען.
לויט נאציאנאלע אנקעטעס, איז נאכנישט קלאר די אויסגאנג פון די פרישע רונדע וואלן. אבער די פארלאמענט וואס קומען פאר האנט ביי האנט מיט די פרעזידענטליכע וואלן, קומט ארויס אז די סאציאל ליבעראלער פארטיי PSL וואו דער בראזיליאנער טראמפ זשאאיר באלסאנארא לויפט אויף איר טיקעט, וועט ווארשיינליך זיין די גרעסטע פארטיי אינעם בראזיליאנער קאנגרעס.
דער בראזיליאנער טראמפ איז א קאנסארוואטיווער, און א שטארקער שטיצער פאר מדינת ישראל. פארלאפענעם מאנאט איז ער געשטאכן געווארן דורך א לינקער עקסטרעמיסט אין בויך, ווערנדיג געפירט דורך זיינע שטיצער אויף די אקסלען ביי איינע פון זיינע קאמפיינס.