אין פלארידע גרייט מען זיך אצינד צו צום האריקעין “מייקל”, וועלכע געפינט זיך יעצט העכער דעם אטלאנטישן אקעאן, און איז ערווארטעט מארגן אנצוקלאפן אינעם מזרח ברעג פון דעם שטאט. אין די יעצטיגע שטאפל האלט די האריקעין ביי די ערשטע שטאפל פון פינף, און מען שאצע אז עס וועט האלטן ביים דריטן שטאפל ווען עס וועט אנגרייפן דעם אמעריקאנעם באדן.
לויט די וועטער עקספערטן גייט דער האריקעין באשטיין פון שווערע רעגנ’ס און ווילדע ווינטן וועלכע לויפן אזוי שנעל ווי איבער 110 מייל פער שטונדע.
די פלארידע אויטאריטעטן האבן געווארנט אז עס וועט זיין גאר א געפארפולער האריקעין, און קען שטעלן א לעבנס געפאר פאר די אלע וואס וועלן נישט עוואקואירן. ווי א ווארטזאגער פונעם שטאט זאגט, קען די שווערע רעגנ’ס ברענגען ערנסטע פארפלייצונגען, אסאך הייזער זענען ערווארטעט צו געשעדיגט ווערן, ביימער וועלן ארויסגעריסן ווערן פון איר ארט, און פילע וועגן און שטעגן וועלן ארויסגיין פון דינסט, דאס איז אויסערדעם וואס עלעקטעריק שטאנגען וועלן אראפפאלן, שאפנדיג א מאסיווער קורצשלוס אינעם גאנצן געגנט.
די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט אן עמערדזשענסי שטאנדפונקט אויף אזויפיל ווי 35 געגנטער אין פלארידע, און עס איז מעגליך אז די שטאטן פון אלאבאמא און מיסיסיפי וועלן אויך אפעקטירט ווערן פונעם שטורעם.
דער גאווערנאר פון פלארידע ריק סקאט זאגט אז די רעדע איז פון א “מאנסטערישע האריקעין”, און גערופן צו אלע איינוואוינער צו פארלאזן זייערע הייזער, נאכדעם וואס עס אזי באשטעטיגט געווארן אז אסאך פון די בונקערס און שעלטער’ס איבער פלארידע זענען נישט גענוג שטארק צו קענען ביישטיין דעם האריקעין.
האריקעין מייקל איז די אכטע האריקעין וואס באטרעפט די פאראייניגטע שטאטן אין די לעצטע יאר. מ’האלט נאך אינמיטן לעקן די וואונדן פון האריקעין פלארענס, וואס האט אנגעקלאפט אויף מזרח זייט פונעם לאנד, און איבערגעלאזט א גרויסער חרבן פאר א חודש צוריק, איבערהויפט אין צפון קאראליינע.