אומגעראכטענערהייט האט זיך געהערט היינט די נייעס, אז די אמעריקאנע יו. ען. אמבאסאדאר ניק העילי רעזיגנירט פון איר פאזיציע, אינעם ענדע פון דעם יאר. קיינער האט דערווייל נאכנישט אנגעגעבן א געהעריגע אורזאך פארוואס זי טוט דאס, און וואס איז יעצט געשען.
פרעזידענט טראמפ האט היינט געמאלדן פאר די אמעריקאנער פאלק אז ניק העילי האט זיך שוין געוואנדן צו אים פאר א האלבע יאר צוריק, און געבעטן אז זי וויל רעזיגנירן פון איר פאזיציע אין ענדע פון דעם יאר. “זי האט געטון א זעלטן גוטע ארבעט” האט טראמפ געזאגט אויף העילי. “מיר האבן אינאיינעם געלעזט אסאך פראבלעמען”. טראמפ האט צוגעלייגט אז ער האפט צו זען ניק העילי קומען ארבעטן אין זיין אדמיניסטראציע אונטער א צווייטע פאזיציע.
“עס איז וויכטיג צו וויסן ווען עס איז צייט זיך צו ריקן אין א זייט” האט ניק העילי געזאגט היינט איבער איר רעזיגנאציע. “עס איז געווען א געוואונטשענע זאך אנצוקומען צו די יו. ען מיט א פלאקן רעקל און שיצן אויף אמעריקע”, האט זיך געזאגט איבער איר דינסט.
העילי האט נישט געגעבן צו פארשטיין איר רעזיגנאציע, נאר האט אזויפיל געזאגט אז זי האט נישט פלענער זיך צוריק צו קערן אין דינסט. העילי האט אוועקגענאכט די שפעקולאציעס אז זי וויל לויפן קעגן טראמפ אין יאר 2020, זאגנדיג אז זי וועט זיך באטייליגן אין די קאמפיין לטובת פרעזידענט טראמפ.
אין איר סטעיטמענט אינעם ווייסן הויז, האט העילי געשלאסן איר צוויי יעריגע קאפיטל פון דינען אלס אמעריקאנער יו. ען. אמבאסאדאר, זאגנדיג אז “יעצט רעספעקטירט מען די פאראייניגטע שטאטן. אפשר נישט יעדער איינער גלייכט אונז וואס מיר טוען, אבער יעדע לאנד רעספעקטירט אונזערע שריט”. זי האט גערעדט איבער אלס און אלעמען אין וואס זי האט אריינגעארבעט אין די יו. ען. דורכאויס איר קאדענץ, און פארטיידיגט טראמפ’ס פאליסיס.
די ערשטע באריכט אז זי רעזיגנירט האט געלאנדעט ווי א דונער אינמיטן העלן טאג, אין די עקסיאס נייעס קוואל. די ווייסע הויז האט אויך נישט געוויסט פון בעפאר אז עס גייט שוין געמאלדן ווערן, טראץ וואס זי האט שוין דיסקוסירט דעם שריט מיט פרעזידענט טראמפ אינעם פארגאנגענהייט. אפילו די גרעסטע אמעריקאנע שישקעס, ווי דזשאן באלטאן און מייק פאמפעא, זענען געווארן איבעראשט און שאקירט פון די נייעס.
קוים א מאנאט איז פארביי זינט ניק העילי האט געשריבן אן ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט, וואו זי דערציילט איבער איר מיינונגס פארשידנהייטן מיט פרעזידענט טראמפ, אבער זי פירט אויס אז “איך בין שטאלץ צו דינען דעם אדמיניסטראציע, און א שטארקע שטיצערן פון דאס מערהייט פון די באשלוסן, און די גאנג אין וואס די לאנד שפאנט. מיט דעם אלעם, בין איך נישט מיט אלעם איינשטימיג צום פרעזידענט”.
ניק העילי איז ערוועלט געווארן צו דינען אין דעם אמט אין נאוועמבער 2016, און אזי באשטעטיגט געווארן אין יאנואר 2017, פיר טעג נאכן איינשווערן פרעזידענט טראמפ. זי איז בעפאר געווען די גאווערנאר פון דרום קאראליינע, און איז אנגעקומען צו איר אמט אן קיין איבעריגע ערפארונג אין אויסערן פאליטיק. אבער גאנץ שנעל איז זי געווארן אן ארויסשטארנדע פיגור אינעם טראמפ אדמיניסטראציע, און האט שטארק געשטופט די טראמפ אגענדע, האלטנדיג פייערדיגע רעדעס אין די יו. ען. קעגן איראן, און קעגן אנדערע פארשידענע לענדער און ארגאניזאציעס מיט וועמען פרעזידענט טראמפ האט זיך געריבן.