מאנהעטן – אן ערנסטע אינצידענט האט פאסירט אין ניו יארק סיטי, וואו א פארשוין האט גענוצט זיין קאר אראפצוקלאפן פוסגייער און ביציקליסטן אויפן וועסט סייד הייוועי שאסיי, ברענגענדיג 8 פאטאליטעטן און צען שווער פארוואונדעטע.
Caption Settings Dialog
Beginning of dialog window. Escape will cancel and close the window.
די דעטאלן ארום דעם אינצידענט, וואס ווערט באצייכנט אלס טעראר אטאקע, זענען נאך דערווייל נישט גענוי קלאר, אבער ווי מען הערט פון עדות, האט דער דרייווער גענוצט א ״האום דיפּאו״ טראק אריינצוקראכן אין מענטשן, און דערנאך איז ער ארויסגעקומען פונעם קאר.
די עדות דערציילן אז דער פארשוין האט דאן זיך גענומען לויפן אויפן גאס מיט א רעוואלווער און געשאסן אין אלע ריכטונגען. אויטאריטעטן זאגן אז דער צאל אומגעקומענע קען נאך אסאך שטייגן, און מעיאר ביל דעבלאזיא געפונט זיך ביי דער סצענע.
בילד: דער טראק פון ״האום דיפאו״ וואס דער פארשוין האט גענוצט אריינצוקראכן אין מענטשן
דער טעראריסט אין די טעראר אטאקע אין מאנהעטן, סופאלאו סייפאוו. אן אוזבעקסיטאנער אפשטאמיגער וואס האט זיך געצויגן קיין אמעריקא אין 2010
בלוט באד! דעקל פון די דעילי ניוז צייטונג אין ניו יארק, מיט א באריכט איבער די טעראר אטאקע
די סצענע ווי די טעראר אטאקע איז געווארן דורכגעפירט, ווירבלט מיט אויספארשער אין ווייסע קליידער
א ביציקל ליגט אומבארירט היינט צופרי, אויפן זעלבן ארט ווי דער באנוצער האט דאס נעכטן ארומגעפירט, פארלירנדיג זיין לעבן צוליב די ראדיקאלע טעראר אטאקע
די אויטאריטעטן פארזיכערן פאר׳ן פובליק אז עס איז מער נישטא אן אקטיווער געפאר.
אפדעיט: אויטאריטעטן האבן יעצט געזאגט אז זיי באהאנדלען דעם אינצידענט אלס אן אפיציעלע טעראר אטאקע. זיי זאגן אז דער רעוואלווער וואס דער טעראריסט האט געהאט, איז געווען א שפילצייג, און דער טעראריסט איז געשאסן געווארן דורך די פאליציי. די צאל פאטאליטעטן האלט ביי 6 און פארוואונדעטע ביי 15.
Post Views:
88