סייפאוו איז 29 יאר אלט.

ער שטאמט פון אוזבעקסיטאן

ער איז נישט קיין אמעריקאנער סיטיזען (פאקס)

געמאלענער בילד פון דער טעראריסט אין געריכט נאך די אטאקע

ער איז באזיצן א גרין קארד, און האט זיך געצויגן קיין אמעריקא אין 2010.

לויט די “אסאשיעטעד פרע”ס” האט ער פארמאגט פלארידע לייסנס.

ער האט געוואוינט אין פעטערסאן ניו דזשערזי. (מיט א באפעלקערונג פון 140,000)

ער איז געווען איינגעשטעלט אין די “אובער” דרייווער אפליקאציע, פאר די לעצטע זעקס מאנאטן, און איז דורכגעגאנגען א בעקגראונד טשעק. ער האט דורכגעפירט הונדערטער רייזעס פאר אובער, און מען האט נישט באקומען קיין קאמפלעינס אויף אים.

(אובער האט געמאלדן אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן פון די אפליקאציע, און זענען גרייט צו ארויסהעלפן די עף-בי-איי מיט סיי וועלכע הילף.

זיין מיטלסטער נאמען איז “האביבולאעוויק.”

ער האט געהייראט א צווייטער אוזבעקסיטאנער אפשטאמיגער מיטן נאמען נאזימע אדילאווע, אין מארש 25 יאר 2013, ער איז דאן געווען אלט 25 און זי 19, ביידע פון זיי האבן געהייראט צום ערשטן מאל (סי-ען-ען)

ער האט רעגיסטרירט צוויי קאמפאניס אויף זיין נאמען “סעיף מאטארס אינקארפארעישן” אין יאר 2011 און “ברייט אויטא על-על-סי” אין יאר 2013.

ער האט באקומען עטליכע טרעפיק פארלעצונגען און טיקעטס, אריינגערעכנט איינמאל ווען ער האט באקומען א טיקעט פארן נישט טוישן א צובראכענע ברעיקס סיסטעם אין זיין אויטא.

ער איז געווען אינספירירט פון אייסיס פראפעגאנדע, און האט דורכגעפירט זיין אטאקע לויט די אייסיס פארשריפטן, מען האט גע

דער טעראריסט נאכן ארויסקומען פון די פיקאפ טראק, האלטנדיג צוויי פאלשע גאנס

פונען אייסיס פענער אין די פיקאפ טרעקל (אייסיס האט נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט דערווייל)

ער איז יעצט אין שפיטאל, און ער האט דערווייל נישט גערעדט צו די פאליציי, ער איז דורך אן אפעראציע נאכן ערהאלטן א בולעט אין די פיס.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.