פאליציאנטן אויפן סצענע, ביי די סאטמארער בית המדרש אין לאנדאן, נאכדעם וואס צוויי פארשוינען האבן אריינגעשטורעמט מיט מעסערס

א טומל און כאאס איז אנטשטאנען ווען 2 גוים זענען אריין געלאפן אין די סאטמארע ביהמ״ד אין לאנדאן מיט א גרויסער מעסער!

די כאאטישע סצענע ביי די סאטמארע שול אויף קעזינאוו רד, אין לאנדאן

מענטשן האבן אנגעהויבן ארויסלויפן מיט ווילדע געשרייען, נישט וויסנדיג וואו צו לויפן.

מתפללים האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען מנחה – מעריב, און די ביהמ״ד איז געווען פיל מיט מענטשן, ווען מיטאמאל זעט מען ווי עס לויפן אריין צוויי מענטשן מיט מעסער׳ס.

שומרים זענען ערשינען און האבן אפגעהאלטן די פארשוינען.

מען האט אלארמירט די פאליציי וועלכע זענען אנגעקומען שנעל, און ארעסטירט די צוויי.

ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן זיי נישט געמיינט קיין אידן, נאר זיי האבן זיך צושלאגן און געוואלט אוועקלויפן, זיך צו ראטעווען איינער פונעם אנדערן, און פונקט זענען זיי אריין געלאפן אין סאטמאר׳ע ביהמ”ד אויף קעזינאוו רד.

איבערן שרייבער

אברהם פיינער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.