אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פרוי פארשוואונדן אין יאר 1972, ווערט אפגעפונען נאך 42 יאר!

פלארע סטיווענס, 78 ארגינעל פון ניו יארק, איז דאס לעצטע מאל געזען געווארן מיט 42 יאר צוריק, אין אפסטעיט ניו יארק ביים אריינגיין צו א דאקטער’ס אפיס ווי זי האט פארמאגט אן עפוינטמענט, זי האט געליטן אויף דימענסיע.

זי איז געווארן אפגעפונען אין מאסאטשוסעס, וואוינענדיג אין אן אנשטאלט ווי מען העלפט מענטשן מיט שוועריגקייטן, אנצוגיין מיטן לעבן.

די שעריפ’ס אפיס פון די פאליציי אין סאליווען קאונטי, ניו יארק, האבן געזוכט און גענישטערט צווישן ארכיוון, און פיילס פאר איר נאמען און האבן געטראפן דעטאלן שטימען, ביזן איר אפטרעפן אין א געגנט לאוועל נישט ווייט פון באסטאן.

די דעטעקטיוון שמייכלען נאכן לייזן א 42 יעריגע מיסטעריע, ווען א פרוי מיט דימענסיע איז נעלם געווארן פון די ארענע. זי האט דערקענט א בילד פון ווען זי איז געווען אינגער

אויטאריטעטן זאגן אז זיי קענען נישט טרעפן קיין דעטאלן וואס זאל האבן צו איר פאסירט זינט אויגוסט 1975 ווען זי איז פארשוואונדן געווארן, ביז די וואך ווען מען האט איר געפונען.

שעריף מייק שיף האט געזאגט “עס פאסירט נישט אזוי אפט אז מיר זאלן קענען דערגיין און ברענגען אן ענדע צו א זוכעריי נאך א מענטש, מיט 42 יאר שפעטער! אבער די עיקר איז אז זי איז לעבט, און איז פארזיכערט.

סטיווענס, איז געווען א 36 יעריגער ארבעטארין אין א רעזארט ארט אין די קעטסקילס, ווען איר מאן האט איר אראפגעלייגט פאר די עפוינטמענט ביי א שפיטאל אין מאנטיסעלאו, 75 מייל פון ניו יארק, און ווען ער איז געקומען איר אפנעמען איז זי נישט געווען צום געפונען.

די פאליציי איז געווארן אלארמירט און האבן פרובירט פארשן, אבער האבן זיך איבעראל אנגעשטויסן אין מיסטעריעס, נישט קענענדיג טרעפן סיי וועלכע שפיר פון איר.

אין די לעצטערע יארן האבן זיך די פריינט און פאמיליע ווידער ערוועקט און א נייגער האט זיי אנגעכאפט ווילנדיג וויסן וואס עס האט געקענט פאסירן.

די פאליציי האט אנגעהויבן זוכן מענטשן מיט די זעלבע די-ען-עי און זאכן האבן אנגעהויבן שלעפן צו א געוויסע ריכטונג, מען איז דאס נאכגעגאנגען און געוואויר געווארן אז יענער נוצט סטיווענס סאושל סעקיורעטי נומבער אין מאסאטשוסעס.

דעטעקטיוון זענען אהינגעפארן און איר אפגעפונען, לעזנדיג די מיסטעריע פון אזויפיל יארן, זי איז געווען שאקירט, און געשילדערט אלע פלאנטערנישן ביז אהער און פארוואס צוליב אירע פראבלעמען האט זי זיך נישט געקענט געהעריג פארבינדן מיט די פאמיליע, און דערציילן ווי זי איז.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.