אריינפיר: מיט עטליכע טאג צוריק האבן מיר געווידמעט אן אנקעטע אויף אונזער טוויטער אקאונט, פרעגנדיג אונזערע פאלויערס, וועלכע פון די דריי קאנדידאטן מיר זאלן נעמען אויף אן אינטערוויו. עס האבן אנטיילגענומען עטליכע הונדערט וויילער, און דער קאנדידאט “יוני הייקינד,” האט ווי עס שטעלט זיך ארויס געווינען, מיט איבער 50% קעגן די אנדערע צוויי, ווען דער ציבור שטימט אז מיר זאלן אים נעמען אויף א שמועס.

די אנקעטע אויף אידישער ווינקל טוויטער אקאונט, “וועלכע קאנדידאט זאל אידישער ווינקל נעמען אויף אן אינטערוויו?” מיט די שטארקע געווינס פאר יוני הייקינד, פון איבער 50%.

שטייענדיג טעג בעפאר די וואלן איז געווען זייער שווער אנצוקומען צו יוני, און נאך אסאך קלאפן אויפן טיר איז אונז געלונגען צו באקומען עטליכע מינוט מיטן קאנדידאט, יוני האט געשמייכלט, ווען א שרייבער פאר “אידישער ווינקל,” איז ערשינען צום שמועס, מיר האבן אים שיין באגריסט, און דערציילט אז ער האט געווינען די אידישער ווינקל אנקעטע. יוני האט זיך באדאנקט, און געזאגט, כ’האף אז די אלע מענטשן וועלן אויך שטימען דינסטאג…

אט איז אונזער שמועס מיט יוני.

אידישער ווינקל: פארוואס ביסטו נישט געלאפן אויף סיי וועלכע פאזיציע ביז יעצט?

יוני: מיין ציל און שטרעבן אין לעבן איז צו העלפן מענטשן. ברוך השם אז איך האב אין מיין איצטיגן פאך געהאלפן זייער אסאך קינדער און בחורים וואס האבן חלילה געהאלטן ביים פארפאלן גיין, ווי אויך האב איך ב”ה געהאלפן ראטעווען משפחות און מענטשן אין גאר שווערע מצבים.

צוזעענדיג ווי אזוי מיין טאטע האט ב”ה געהאלפן אזוי פיל מענטשן און געברענגט געוואלדיגע דערגרייכונגען פאר’ן ציבור פון זיין פובליק אמט, האב איך אלץ געשפירט אז אלס ערוויילטער באאמטער וועל איך קענען אויפטאן אויף א פיל גרעסערן פארנעם און העלפן פיל מער מענטשן, דעריבער האב איך ארויסגעקוקט פאר די געלעגנהייט צו קענען לויפן פאר אן עפנטליכן אמט וואו איך וועל קענען בעז”ה באדינען דעם ציבור. איך האב נישט געהאלטן ביים לויפן קעגן א באאמטער וואס באדינט שוין איצט געטריי דעם ציבור, בלויז כדי מיין נאמען זאל באקאנט ווערן.

מיט דעם בין איך אנדערש ווי מענטשן וואס זענען אריינגעטאן אין פאליטיק לשם פאליטיק, וועלכע וועלן אנהייבן צו לויפן קעגן אן אמטירנדען באאמטער – אפילו אויב יענער דינט געטריי די וויילער און דעם ציבור און זיי האבן א שוואכן שאנס יענעם צו באזיגן – בלויז ווייל זיי ווילן מ’זאל הערן פון זיי און כדי שפעטער, ווען עס מאכט זיך אן אפענע פאזיציע, זאלן זיי האבן א בעסערן שאנס אריינצוקומען. איך האב נישט געוואלט אונטערגראבן א באאמטער וואס העלפט דעם ציבור, און נאר געוואלט לויפן אין אזא צייט ווען די וויילער וועלן זיך נויטיגן אין א געטרייען פארטרעטער.

איצט איז געקומען די צייט, ווען די וויילער פונעם דיסטריקט האבן געהאלטן ביים פארלירן די מעגליכקייט אויסצואוועלן ווער עס זאל זיי פארטרעטן. אויב די איצטיגע סיטי קאונסיל וואלן וואלט זיך געענדיגט מיט דעם וואס איינער וואלט געקרוינט געווארן צו די פאזיציע, וואלט’ן די וויילער פארלוירן זייער שטימע און איינעם וואס זאל ‘זיי’ פארטרעטן אין די סיטי קאונסיל. דער קומענדיגער קאונסילמאן וואלט זיך געשפירט שולדיג בלויז צו עטליכע מענטשן וועלכע האבן אים געקרוינט. דעריבער, האב איך געזען אז איצט איז די צייט ווען איך דארף לויפן, צו געבן דעם ציבור א שטימע, און בעז”ה צו זיין דער וואס וועט יא געטריי פארטרעטן די וויילער און בעז”ה פארפילן מיין שטרעבן צו העלפן דעם גאנצן דיסטריקט.אידישער ווינקל: וואס איז דיין ערשטע זאך אויף וואס דו פלאנסט זיך צו נעמען ארבעטן?

יוני הייקינד ארומשפאצירנדיג איבער די גאסן, צו אויסהערן די באדערפענישן פון די וויילער

יוני: איך וועל צוזאמענשטעלן א געטרייע סטעף וואס וועט זיין גרייט צו העלפן דעם ציבור, און איך וועל עפענען אן אפיס און איינלאדענען די איינוואוינער צו מיין אפיס. איך וויל אז מיין אפיס זאל האבן אן אפענער טיר וואו יעדער וועט זיך שפורן באקוועם און וועלקאם צו זוכן הילף, און איבערצושמועסן וויכטיגע אישוס און געדאנקן.

 

מיין טאטע’ס אפיס איז די מערסטע צענטראלע אפיס אין די גענט און האט די בעסטע קאנסטיטוענט סערוויסעס וואו מענטשן קומען זוכן הילף מיט זייערע אישוס און ווערן ב”ה געהאלפן מיט ווארימקייט און געפיל. איך וויל דאס נאכמאכן. איך וויל בלייבן אין פארבינדונג און ממשיך זיין צו ארבעטן אינאיינעם מיט’ן גאנצן ציבור איבער ווי אזוי צו פארבעסערן דעם דיסטריקט.

פון א פאליסי שטאנד-פונקט, וועט אלטערנעיט סייד פארקינג זיין די ערשטע זאך וואס איך וועל אנהייבן דיסקוסירן מיט אנדערע קאונסיל מיטגלידער, סיטי האל און אגענטורן. איך פלאן אויך אראפצוברענגן די וועקיום טרעקל עס אויסצופרובירן און צו דעמאנסטרירן ווי אזוי עס ארבעט און די מעלות דערפון.

אידישער ווינקל: וואס איז די שנעלסטע וואס מען קען זיך רעכענען אז די אלטערנעט-סייט פלאן וועט ווערן דורכגעפירט?

יוני: איך וואלט געזאגט צוויי יאר. דער בודזשעט סעזאן איז ווען די סיטי קאונסיל מיטגלידער האבן די שטערקסטע דעה, דורך הירינגס און בודזשעטירן געלט פאר פארשידענע צוועקן. איך וועל שטופן מיין פלאן אינעם ערשטן יאר, אבער איך פארשטיי אז איך וועל מוזן בויען ברייטערע קאאליציעס, און עס איז צי שנעל צו ערווארטן אז אינעם ערשטן בודזשעט סעזאן – בלויז חדשים אין מיין אמט – וועט מען שוין באווייזן דאס דורכצופירן. דער צווייטער בודזשעט איז ווען עס וועט שוין זיין גענוג צייט עס צו שטופן און בעז”ה צו האבן שטארקע שטיצע דערפאר. דערנאך וועט נעמען חדשים ביז עס וועט קענען אנהייבן אימפלעמענטירט ווערן. און איך וועל נישט זיין איבערראשט אויב עס וועט געדויערן לענגער. איך וועל שווער ארבעטן דערפאר בעז”ה, ווילאנג עס נעמט.

אידישער ווינקל: קענסטו זאגן עפעס א גוטס וואס דיין קעגענער האט געטוהן אין די קאמפיין?

יוני הייקינד באקומט א ברכה פון כ”ק אדמו”ר מ’וויזניץ שליט”א, פון ארץ ישראל

יוני: ער האט איינגעזען אז ער וועט מוזן צוקומען צו די וויילער, אויב ער וויל געווינען די פאזיציע. איצט גייט ער אויך ארום רעדן צו מענטשן און לייגט ארויס פלענער אויף געוויסע אישוס וואס מיר האבן אדרעסירט. דאס איז וואס דער דעמאקראטישער פראצעדור פון וואלן איז געמאכט פאר, און איך האב הנאה אז סוף כל סוף הערט מען אויס די מענטשן פונעם דיסטריקט.

אידישער ווינקל: וועלכע זאך וואס יעגער/טישלער וויל איינפירן פלאנסטו נישט צו טון?

יוני: איינער פון זיי האט גערופן פאר א קאמיוטער שטייער – וואס הייסט אז מענטשן פון אפסטעיט וואס ארבעטן אין די סיטי, אונזערע קינדער, געשוויסטער און קרובים, זאלן דארפן צאלן א ספעציעלע טעקס פאר’ן אריינקומען ארבעטן דא. א צווייטער האט פארגעשלאגן צו צולייגן א נייע קאסט יעדעס מאל מ’רעגיסטרירט א קאר. איך בין קעגן די פלענער.

איך בין קעגן נייע שטייערן – פינטל. מיר צאלן שוין גענוג פאר די רעגירונג. עס איז צייט אז די רעגירונג זאל נוצן די געלטער וואס זיי האבן אויף א מער אויסגערעכנטן וועג און פאר די ריכטיגע זאכן, אנשטאט אונז רעכענען מער געלט פאר ווייניגער סערוויסעס.

אידישער ווינקל: רעכנסט זיך אז דו קענסט פארלירן?

יוני: ב”ה אז דער אפרוף ביי וויילער וועמען איך טרעף איז זייער ווארים, און איך קוק ארויס בעז”ה צו געווינען. מיר האבן אויפגעשטעלט א זעלבסטשטענדיגע פארטיי, מיר זענען געקומען פון אונטן, און ב”ה די אויסזיכטן זענען וואונדערבאר גוט. אבער, איך ווייס אז א זיג איז נישט זיכער – עס וועט זיך ווענדן אין די וויילער און ענדגילטיע ווי אזוי עס איז באשערט. איך וועל זיין בסדר מיט וואס די וויילער וועלן באשליסן.

אידישער ווינקל: וואס טוסטו אויב דו פארלירסט? וועסט נאכאמאל לויפן?

יוני: אויב און ווען עס וועט נאכאמאל זיין אזא געלעגנהייט, ווען איך וועל שפירן אז איך וועל קענען העלפן דעם ציבור,

יוני הייקינד ביי זיין אינטערוויו מיט אידישער ווינקל. דרוקט אויס זיין ענטוזיאזם צו די קאמפיין, און שטארקע ווילן צו העלפן מענטשן “גענוי ווי איך האב געזען ביי מיין טאטן”

וועל איך עס אי”ה טאן נאכאמאל.

אידישער ווינקל: ווער איז געווען די רוקנביין פון די הייקינד קאמפיין?

יוני: די דורכשניטליכע מענטשן אויפ’ן גאס, וועלכע האבן רעאגירט אזוי פאזיטיוו און ווארים צו אונזער צוגאנג פון אויסהערן יעדן איינעם און צוזאמענברענגן אלע איינוואוינער בעז”ה צו פארבעסערן אונזער קאמיוניטי און דיסטריקט.
זיי וועלן אויך בלייבן דעם רוקענביין פון מיין קאונסיל אמט און אפיס, און איך וועל אלץ זיין זייער ארבעטער און ווייטער ארבעטן מיט זיי אינאיינעם לטובת די געגנט.

אידישער ווינקל: צום שלוס, וואס איז דיין מעסעדזש צו די “אידישער ווינקל ליינער?”

יוני: ס’איז מיר א כבוד און פריוויליגיע צו האבן די שטיצע און אזוי פיל איינוואוינער זאל מיך נעמען אין באטראכט אלס קאנדידאט צו זיין דער צוקונפטיגער קאונסילמאן. ס’איז א פארגעניגען צו רעדן מיט אזוי פיל פון אייך, און איך האף צום אייבירשטען אז איך וועל האבן די זכיה, און איר וועט מיר געבן דעם שאנס, בעז”ה צו ארבעטן פאר אייך און ווייטער פירן די דיסוקסיע ווי אזוי מיר קענען אינאיינעם פארבעסערן די געגנט.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.