פארזעצונג פון פארגאנגענע וואך
אינדערפרי ביים דאווענען איז רבי דוד מיקאלייעווער נאכאמאל געווען דער שליח ציבור צו דאווענען פאר׳ן עמוד און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה. א זיסקייט צוגיסט זיך אין אלע ביינער פון די באצויבערטע צוהערער. שבת אינדערפרי ביי די סעודה הערט דער רב און זיינע בני בית צום וויפלטן מאל ווי זיי שמועסן ווייטער צווישן זיך: ״וואו האלט דער רבי יעצט?” און דאס מאל קומט אויך א קלארע תשובה, און אזוי האט זיך עס איבערגע׳חזר׳ט ביי די סעודה שלישית.
נאך מעריב פון מוצאי שבת האט מען באלד געמאכט הבדלה און די געסט האבן זיך גענומען גרייטן אין וועג אריין צוריק קיין מעזיבוזש. די צוויי צדיקים גייען באדאנקען און זיך גיזעגענען פון זייער בעל אכסניא דער רב, און מעלדן אז זיי ווילן פארן אהיים. אבער דער רב בעט פון זיי צו פאבלייבן נאך א נאכט, ביז אינדערפרי, אדער לכל הפחות כאטש ביז נאכ׳ן עסן מלוה דמלכה ביי איהם, אבער זיי האבן אפגעזאגט זיין פארלאנג, זאגענדיג ״מיר האפן נאך צו עסן מלוה דמלכה ביי אונזער רבי׳ן אין מעזיבוזש מיט׳ן אויבערשטנס הילף!״.
דער רב איז במשך פון דעם שבת אינגאנצן באגייסטערט געווארן פון זיינע געסט, סיי פון דעם וואס ער האט געהערט זייערע געשמאקע תפילות, און ספעציעל די אפענע רוח הקודש ביי יעדע פון די שבת סעודות ווען זיי האבן זיך געשמועסט איינער מיטן צווייטן וואו זייערע רבי האלט מיט די הייליגע עבודות זיינע, און אוודאי אויך פון וואס ער האט צוגעזען זייערע אייגענע הייליגע התנהגות.
ווי אויך האבן זיי איהם אביסל געהאט אראפגעמאלן און דערציילט איבער די גרויסקייט פון דעם הייליגן בעש״ט הק׳, אזוי אז ער האט באקומען א שטארקע תשוקה צו קענען זייער רבי׳ן. דעריבער יעצט ווען זיי האבן געזאגט זייער פלאן, צו עסן מלוה דמלכה שוין זייענדיג אין מעזיבוז, האט זיך דער רב אנגערופן, ״איך גלייב נישט דערין, נאר טאמער איך וועל מיטפארן מיט אייך, און מיט די אייגענע אויגן זען און זיך איבערצייגן אז דאס וואס איר זאגט איז אמת!״
די תלמידים האבן גלייך מסכים געווען, ספעציעל ווען זיי האבן גענומען אין חשבון, אז זייער אויפגאבע ביי די דאזיגע שליחות איז נאך דערווייל נישט אנטפלעקט געווארן פאר זיי, און עס קען דאך גאר זיין אז דעם רב’ס מיטקומען מיט זיי, איז גאר געווען די כוונה פון זייער הייליגן רבי׳ן, זיי האבן צוגעאיילט דעם רב ער זאל זיך שנעל גרייטן צום וועג, ווייל זיי מוזן נאך אנקומען צום מלוה דמלכה באצייטענס.
״איר זאלט מיר מוחל זיין, איך בין פארפליכטעט צו נעמען רשות פון דעם פרנס הקהלה פאר איך פאר אוועק, ווייל אזוי איז ביי אונז דער מנהג״ – זאגט דער רב. נאכ׳ן נעמען רשות פונ’ם פרנס, בעט ווידער דער רב אז זיי זאלן אביסל צו-ווארטן, ווייל ער מוז פריער עסן מלוה דמלכה, ווי זיין שטייגער איז נישט ארויסצופארן אפילו א קורצע וועג אין א מוצאי שבת, איידער ער פראוועט מלוה דמלכה.
טראץ דעם וואס די תלמידים האבן זיך זייער געאיילט, האבן זיי נישט געוואלט אז דער רב זאל מוזן ענדערן פון זיין מנהג, און בלית ברירה האבן זיי מסכים געווען אויס-צו-ווארטן, ביז ווען ער האט פארענדיגט מלוה מלכה, און דאן האבן די תלמידים זיך ארויסגעלאזט אין וועג. אזוי ווי ביים קומען האבן אויך יעצט די תלמידים זיך באנוצט מיט קפיצת הדרך און דער וואגן איז ווי געפלויגן אין די לופטן.
דער רב וואס שוין אלץ אן עלטערער מענטש, איז נישט געווען געוואוינט צו פארן ווייטע רייזעס און אוודאי נישט צו אזעלכע אויסטערלישע נסיעות, האט זיך באקלאגט פאר די צדיקים, אז עס איז איהם זייער שווער די דאזיגע סארט פארן, ער דערהייבט עס נישט.
האבן די צדיקים מיט זייערע כוחות ארויפגעווארפן א טיפע שלאף אויפ’ן רב, און אזוי איז ער געשלאפן ביז ווען דער וואגן האט זיך אפגעשטעלט אין מעזיבוזש. ווען דער וואגן האט דערגרייכט אין שטאט מעזיבוזש פאר’ן הויז פון בעש״ט, האבן די צדיקים אויפגעוועקט דעם רב: ״מיר האבן דערגרייכט אונזער ציל מיט’ן אויבערשטנ׳ס הילף, מיר געפינען זיך אין מעזיבוזש”.
די תלמידים גייען אריין אין בעל שם טוב׳ס הויז צוזאמען מיט’ן רב, און פירן איהם צו צום רבי’ן צו נעמען שלום. דער בעש״ט איז דאן שוין געזעסן מיט זיינע תלמידים ביים סעודת מלוה דמלכה. דאן זאגט דער הייליגע בעש״ט צום רב: ״כאטש איר האט שוין יוצא געווען די סעודת מלוה מלכה ביי אייך אין שטוב, דאך וויל איך אז איר זאלט פון מיין סעודה אויך עסן”. אז דער צדיק הייסט מוז מען פאלגן, און דער רב וואשט זיך נאכאמאל.
נאכ׳ן פארענדיגן די סעודת מלוה דמלכה, רופט דער בעש״ט אריין דעם רב צו זיך אין חדר מיוחד, און זאגט אים אין קורצן: ״שרייב א צוואה פאר דיין משפחה ווייל עס איז געקומען דיין צייט צו פארלאזן די וועלט!”.
כאטש דער רב האט פריער נישט געקענט דעם בעש״ט, אבער דער שבת צוזאמען מיט זיינע תלמידים און אלעס וואט האט נאכגעפאלגט דעם באזוך האבן איהם געמאכט קענען לערנען די גרויסקייט פון דעם מאן וואס שטייט פאר אים, דעריבער איז דער רב געווארן אויפגעציטערט ביז גאר הערנדיג אזעלכע ווערטער. ער ברעכט אויס אין א יאמערליכן געוויין און פרעגט דעם בעש״ט מיט ביטערניש, ״צוליב דעם האב איך געדארפט אהערקומען צו הערן אט די בשורה?!״
״יא, אזוי איז עס!״ – זאגט דער בעש״ט און איילט איהם צו ״שנעל, גרייט אייך צו, דו זאלסט נישט חלילה אוועקגיין אן קיין ווידוי און תשובה!״. ״שרייבט אפ די צוואה״ – זאגט דער בעש״ט ווייטער – ״און לייג עס דיר צוקאפענס, און איך וועל אפשיקן די צוואה צו דיין הויזגעזונד, דו דארפסט גארנישט צווייפלען״.
דער בעש״ט זאגט פאר רבי דוד׳ל מיקאלייעווער ער זאל צו ווייזן אן אכסניא פאר דעם רב און איהם געבן א משרת איהם צו באדינען, ווען דער רב האט זיך איינגעארדנט, האט ער באלד געטון אזוי ווי דער צדיק האט אים באפוילן, ער זאגט זיין משרת ער זאל פאר איהם ברענגען א פעדער מיט טינט און א בויגן פאפיר, דאן שפארט ער זיך איין אין זיין צימער.
דער רב שרייבט אפ א פולקאמע צוואה פאר זיין משפחה, ווען ער האט פארענדיגט שרייבן, האט ער פלוצים אנגעהויבן שפירן אז זיינע כוחות פארלאזן איהם. דער רב שרייט אויס ״שמע ישראל״ מיט’ן גאנצן כח, ויצתה נשמתו באחד.
אינדערפרי שטייט דער משרת ביים טיר פון זיין האר, און ווארט ער זאל עפענען די טיר. עס גייט אדורך זמן קריאת שמע, זמן תפלה, עט ווערט שפעט אויפ׳ן טאג און דער רב באווייזט זיך נישט. דער משרת הייבט אן קלאפן אויפ׳ן טיר, ער קלאפט און קלאפט שטארקער און שטארקער, אבער אין קול ואין עונה!. דער משרת האט זיך גוט דערשראקן, וואס האט פאסירט מיט דעם רב? ער גייט צו און ברעכט אויף די טיר.
א שרעקליך בילד אנטפלעקט זיך, דער רב ליגט אן קיין לעבנס צייכן! ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה! דער משרת לויפט צו רבי דוד׳ל מיקאלייעווער און דערציילט אים וואס ס׳האט פאסירט. רבי דוד’ל ווערט אויך איבערראשט ביז גאר, און לויפט דערציילן פאר׳ן בעש״ט די שרעקליכע פאסירונג. אבער דער בעש״ט האט אים בארואיגט ״איך ווייס מיין קינד, איך ווייס! טאקע צוליב דעם האב איך אייך געשיקט איהם אהער ברענגען, יעצט גיי זיי זיך מתעסק מיט’ן כבוד המת, און צו די לוי׳ זאלסטו מיר רופען.
בשעת די לוי’ איז דער בעל שם טוב ארויסגעגאנגען באגלייטן דעם רב, ווען ער איז צוגעקומען נאנט צו די מטה האט ער זיך אנגערופן הויך אויפ׳ן קול און געזאגט פאר’ן נפטר ״חשוב’ער זקן! הער אויס מיינע ווערטער, וויסן זאלסטו אז דריי מאל ביסטו שוין געווען אויף דעם עולם השפל, דאס ערשטע מאל האסטו געלעבט אכציג יאר, א גאנץ לעבן געלערנט תורה, געדאווענט ערליך, און געטון מצוות ומעש״ט, ווען דו ביזט דאן ארויפגעקומען אויבן אין הימל האט מען דיר גלייך געוואלט אריינשיקן אין גן עדן, נאר צוליב א קליינע זינד וואס לויט דיינע גרויסע מדריגות ווערט דאס אויך פארעכענט אלס אן עבירה, האט מען דיר נאכנישט געקענט אריינברענגן אין דיין פארדינטן הייליגן פלאץ אין גן עדן.
אבער צוליב דיינע גוטע מעשים האט מען דיר געגעבן דאס געלעגנהייט אראפ צו קומען נאכאמאל אויף דער וועלט אין א גלגול, וואס דורך דעם וועסטו האבן די מעגליכקייט צו קענען מתקן זיין דאס וואס דו האסט נישט פארראכטן דאס ערשטע מאל, און אזוי איז טאקע געווען דו ביזט אראפגעקומען נאכאמאל, אבער אויך דאס צווייטע מאל האסטו נאכנישט זוכה געווען צו קומען צו דיינע הויכן הייליגען פלאץ אין גן עדן, און ביזט נאכאמאל אראפגעשיקט געווארן אויף דעם וועלט.
דאס מאל וויבאלד כ’האב געזעהן אז עס קומט שוין די צייט וואס עס איז דיר באשערט צוריק צו געבן דיין נשמה, האב איך רחמנות געהאט אויף דיר, דו זאלסט שוין זוכה זיין דאס מאל אנצוקומען צו דיין ריכטיגן פלאץ, צווישן די הייליגע נשמות אויבן אין גן עדן, דעריבער האב איך געשיקט דיר אהער ברענגען, כדי דיר צו היטן, און דיר קענען מתקן זיין, די זאלסט שוין קענען אנקומען צו דיין הויכע פלאץ אין גן עדן.
יעצט גיי צו דיין אייביגע רוה, און האב נישט קיין פאראיבל אויף מיר, ווייל איך האב נאר געוואלט דיין טובה! – האט דער בעש״ט פארענדיגט.
אט אזוי האט דער הייליגער בעש״ט מיט זיינע הייליגע ווייט-זעענדיגע אויגן געהאלפן פאר א הייליגע נשמה איהם נישט געלאזט אריינפאלן אין דעם נעץ פון דעם שטן, און געהאלפען צו קומען צו איר ריכטיגען פלאץ אין גן עדן.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.