קאנאדע האט זיך אפיציעל אנטשולדיגט איבער דעם וואס אין יאר 1939 – בעפאר די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אנטזאגט צו געבן שוץ פאר מער ווי 900 אידן וואס זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד.
די אנטשולדיגונג צום אידישן פאלק איז געברענגט געווארן דורך דעם קאנאדישער פרעזידענט דזשעסין טאראדו, אין די קאנאדישער פארלימענט.
די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט מיט די סענט לואיס שיף וואס האט זיך ארויסגעלאזט אום מאי 1939 פון די דייטשע האפן אין האמבורג, ווען אויף איר דעק זענען אנוועזנד געווען נאנט צו טויזענט רייזענדע, צווישן זיי 907 דייטשע אידן וועלכע האבן געוואלט אנטלויפן פון די נאצישע חיות און זייערע ברוטאלע רדיפות.
די שיף האט פרובירט צו ערשט אריינצוקומען אין קובא, דערנאך אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער מען האט זיי אפילו נישט געלאזט אנקערן דארט. דאן האט די שיף פארגעזעצט צו פארן קיין קאנאדע, אבער זיי האבן אויך פארקלאפט זייערע טויערן פאר די אידן. בלית ברירה האט די שיף געמוזט מאכן א בואי בשלום, און צוריקגעפארן קיין אייראפע, אריין אינעם לייבן גרוב.
ענגדלאנד, פראנקרייך, בעלגיע און האלאנד האבן מסכים געווען צו אריינעמען די פליטים. די נאציס האבן אבער איינגענומען בעלגיע, פראנקרייך און האלאנד אין יאר 1940, און 245 פון די רייזענדע אויפן סענט לואיס שיף זענען נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם דורכאויס דעם ביטערן האלאקאסט, אין אושוויץ אדער סאביביאר.
“איך שטיי דא היינט אינעם פארלעמענט, כדי אויסצודרוקן א שפעטע אנטשולדיגונג פאר די אידישע פליטים וואס קאנאדע האט זיי געוויזן דעם רוקן” האט דער קאנאדישער פרעזידענט געזאגט. “מיר אנטשולדיגן זיך פאר די 907 דייטשע אידן וועלכע זענען געווען אויף די דעק פונעם סענט לואיס שיף און פאר זייערע פאמיליעס.
דער פרעזידענט האט זיך אויך אנטשולדיגט פאר די קאנאדישער פאליטיק וועלכע איז געווען אנטיסעמיטיש בעפאר און דורכאויס דעם וועלט קריג, וואס נישט בלויז האט זי זיך געפירט גאר שטייף קעגן אנטלאפענע אידן, נאר האט גאר געטון פאקטישע דיסקרימינאציע קעגן די אידישע געמיינדעס אין לאנד.
“אין די יארן וואס האבן געברענגט צום קריג, האט היטלער געשטעלט די אנטשלאסנקייט פון די וועלט אויף א פארהער” זאגט דער קאנאדישער פרעזידענט. “ער האט געלייגט אויפמערקזאמקייט וויאזוי לאנד נאך לאנד האט געוויזן גלייכגילטיגקייט צו די מצב פון אידישע אימיגראנטן איבער די וועלט. מיט יעדע פאגראם האט ער באטראכט די מענטשליכקייט גרעניצן און אונזער סאלידאטיריטעט”.
“דאס קאנאדישער לאנד איז דורכגעפאלן אין היטלער’ס פארהער. עס איז נישט קיין ספק אז אונזער שווייגן האט ערלויבט פאר די נאציס צו פארווירקליכן דעם ענדגילטיגן לעזונג וואס זיי האבן געהאט מיט די אידישע פראבלעם, מ’שטיינס געזאגט”.
צווישן די יארן פון 1933 און 1945 האט קאנאדע אריינגענומען נישט מער ווי 5,000 אידן אין זייער טעריטאריע. אין זיין רעדע האט טאראדו אויסגעדרוקט חרטה פאר די אידישע געמיינדעס אין קאנאדע, וואס האבן זיך געבעטן אז מען זאל העלפן די דערשראקענע פלטים, אבער אלעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, און ער האט זיך אנטשולדיגט פאר סיי ווער עס האט געצאלט א פרייז וועגן דעם.
“מיין האפענונג איז אז מיט אונזער שפעטער אנטשולדיגונג, וועלן מיר קענען ווארפן א ליכט אויף דעם ווייטאגליכן קאפיטל אין אונזער היסטאריע, און זיכערמאכן אז איר לעקציע וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן”.
איז היינט קאנאדע ווייניגער אנטיסעמיטיש? אנקעטעס צייגן אז אזויפיל ווי 17% פון די האסן פארברעכן אין קאנאדע זענען געוואנדן קעגן אידן, וואס איז גאר א גרויסע פראצענט קעגן די קליינע פראצענט באפעלקערונג אין קאנדע.