א שיסעריי איז היינט פארגעקומען אין דרום קאליפארניע וואס האט איבערגעלאזט 12 טויטע.
די שיסעריי איז פארגעקומען אין אינעם ״בארדערליין באר ענד גריל״ ווערצהויז אינעם שטאט טיהאזען אוקס, וואו אסאך זענען פארוואונדעט געווארן.
דאס ארט איז א שטילע געגנט פון סטודענטן, וואו די באר גייט אן נאר דורכאויס אין די טאג שטונדן, ביינאכט איז אלעס איינגעהילט אין א שטילקייט. בלויז מיטוואך איז עס אפן ביז שפעט און די יונגע סטודענטן שיכורן און הוליען דארט אין די מאסן. ווי עס שיינט האט דער שיסער געוויסט דערפון, און אנגעקומען אהין אין א צייט וואס הונדערטער מענטשן זענען דארט אנוועזנד געווען.
דער שיסער – א ווייסער פארשוין מיטן נאמען דעוויד לאנג – איז א 28 יעריגער מארין וועטעראן וואס וואוינט דארט לאקאל – וואס האט שוין געהאט צו טון אין די פארגאנגענהייט מיט די געזעץ, איז ערשינען דארט אום 11:30 אויפדערנאכט און אנגעהויבן צו שיסן אויף די פילע סטודענטן וועלכע האבן זיך דארט געפינען, אזוי אויך אויף די איבעריגע מענטשן און ארבייטער אינעם באר. מענטשן זענען געווארן היסטעריש און פרובירט צו אנטלויפן פון ארט, נוצנדיג די פענסטער אלס ארויסגאנג. אזויפיל ווי 18 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן בלויז פון די שפרינג.
די פאליציי קרעפטן זענען שנעל אלארמירט געווארן, אין די צייט וואס די פאליציי איז אנגעקומען האט מען נאך געהערט די שיסערייען. צויי פאליציי לייט זענען אריין אין באר אים אפצושטעלן פון די שחיטה, און דער שיסער האט געעפנט פייער אויף זיי, פון וואס ביידע פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן פון די פייער אויסטיש און איינער פון זיי איז שפעטער אומגעקומען פון די וואונדן.
דער שיסער איז עלימינירט און אומשעדליך געווארן ביים שיסעריי אויסטויש.