צפון קארעא גייט ווייטער אן מיטן באליסטישן מיסל פראגראם, אין אזויפיל ווי 16 געהיימע באזעס וועלכע זענען אויפגעדעקט געווארן דורך סאטעליט בילדער, טראץ וואס זי האט צוגעזאגט פאר דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט דאנעלד טראמפ, אז זיי גייען דאס צענעמען – לויט א באריכט אין ניו יארק טיימס.
לויטן באריכט טוען די סאטעליט בילדער צייגן אז צפון נארט אויס אמעריקע און די גאנצע וועלט, נאכדעם וואס זיי האבן אנגעהויבן צו צענעמען די אפיציעלע נוקלעארע סייט’ס, אבער אין 16 אנדערע ערטער האבן זיי אנגעהויבן צו פארבעסערן און פארגרעסערן די אקטיוויטעטן, אנגעבליך פארצוזעצן מיט די אנטוויקלונג פון זייערע באליסטישע וואפן.
די געהיימע באזעס איז אידענטיפיצירט געווארן אין א רעפארט ארויסגעגעבן דורך די “צענטער פאר אסטראטעגישע און אינטערנאציאנאלע פארשונגען”, א וויכטיגע קאבינע וואס געפינט זיך אין וואשינגטאן. די באריכט ווייזט אויף אן ארט וואו מען אנטוויקלט מיסל’ס, וועלכע ווערט גערופן סאקנאמול, און געפינט זיך ארום 80 קילאמעטער פון די ליידיגע זאנע ביים גרעניץ מיט דרום קארעט.
דער באזע געפינט זיך טיף אין א טאל צווישן גאר שמאלע בערג, און אנטהאלט אזויפיל ווי 7 טונעלן וועלכע האבן 18 לאונטשערס. אין פאל פון א קריג, קענען די לאונטשערס ארויסשיקן מיסלס מיט א בליץ שנעלקייט פון די געהיימע באזע, צו פארשידענע צילן וועלכע זענען שוין פון פאראויס באשטימט געווארן, אונטער א שעה פון ווען די קריג ברעכט אויס!
פיאנגיענג האט שוין נאנט צו א יאר נישט געמאכט קיין מיסל טעסט, זינט די היסטארישע סאמיט צווישן טראמפ און קים פארלאפענעם יוני אין סינגאפאר. דאך האט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא געזאגט אז מען גלייבט נאכנישט צפון אינגאנצן, און דערפאר נעמט מען נישט אראפ גארנישט פון די סאנקציעס, ביז ווילאנג עס איז נישט צענומען זייערע ארסענאלן.
א ווארטזאגער פון די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט זאגט אין א סטעיטמענט אז “פרעזידענט טראמפ האט שוין קלארגעשטעלט אז אויב וועט דער טשעירמאן אויספירן זיינע פארשפרעכונגען, אריינגערעכנט גענצליך צו דענוקלעאריזירן זיינע באליסטישע מיסל פראגראמען, ערווארטערט א פיינער צוקונפט פאר צפון קארעא און איר לאנד”.
אין די זעלבע צייט האט זיך די סי. איי. עי. האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף די באריכט.