צוויי יונגע ארץ ישראל’דיגע בחורים וועלכע לערנען אין חב”ד -אין זייער הויפטקווארטיר אויף 770 איסטערן פארקוועי אין קראון הייטס, זענען בארויבט געווארן ווערנדיג געדראעט מיט אויסגעבלאנקטע מעסער’ס.
די אינצידענט האט פאסירט אין די שפעטע נאכט שעות ווען די צוויי זענען ארויסגעקומען פון באנק אוו אמעריקע געביידע, און צוויי שווארצע פארשוינען מיט מעסער’ס אין זייערע הענט זענען זיי אנטקעגן געקומען.
די רויבער האבן פארלאנגט אז די צוויי בחורים זאלן ארויסנעמען א סומע געלט פון די עי. טי. עם. מאשין, און עס זיי זאפארט דערלאנגען, אז נישט וועלן זיי ערמארדעט ווערן אויפן פלאץ.
א פארבייגייער האט באמערקט וואס עס קומט פאר, און האט באלד אלארמירט א פאליציאנט וואס איז געשטאנען אויף דער וואך ביים 770 הויפטקווארטיר, אזוי אויך די שמירה ארגאניזאציע.
די צוויי פארברעכער זענען ארעסטירט געווארן, און ווי עס שיינט האבן זיי שוין א רעקארד פון רויבערייען אין די קראון הייטס’ער היסטאריע.