שטייענדיג ביים שוועל פון א פרישן קריג צווישן כאמאס און די מדינת ישראל קרעפטן, האט די וועלט אפגעאטעמט נאכדעם וואס עגיפטן האט געמאלדן אז זיי האבן באוויזן צו שאפן א פייער אפשטעל, וואס וועט פארמיידן פרישע מענטשליכע פאטאליטעטן און אלגעמיינע שאדנס.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער פירער פון כאמאס איסמאעל האניא האט געזאגט אז “אויב וועלן די ציוניסטישע פיינט אפשטעלן די אגרעסיווע שריט, וועט מען מעגליך קענען באנייען עפעס א פייער אפשטעל”.
מדינת ישראל האט גארנישט רעאגירט דערווייל איבער זיך צושטעלן צום פייער אפשטעל, נאכדעם וואס עטליכע הונדערט ראקעטן זענען אריינגעפלויגן צו איר טעריטאריע נעכטן דורכאויס דעם טאג, פון וואס ארום 100 זענען אראפגעווארפן געווארן דורך די שיץ סיסטעם פון מדינת ישראל. אין די זעלבע צייט האט מדינת ישראל אטאקירט ארום 160 צילן אין עזה.
זינט נעכטן נאכמיטאג ווען א רעקעט איז געשאסן געווארן צו אן אויטאבאס וואס האט געברענגט רעליגיעזע סאלדאטן צום פראנט, איז נאכגעפאלגט געווארן איבער 400 ראקעטן פון כאמאס קיין מדינת ישראל, עטליכע האבן געצילט אין באוואוינטע געביידעס, און איבער 100 פארוואונדעטע געפינען זיך אין שפיטאל פאר לייכטע באהאנדלונגען.
דערווייל איז דא איין מדינת ישראל פאליטעט, פון א מאן וואס איז אומגעקומען אין אשקלון ווי באריכטעט נעכטן אויף אידישע ווינקל, דער מאן איז אן אראבער. א פרוי פון יענע אשקלון געביידע, און א שווער פארוואונדעטער סאלדאט פון די אטאקירטע באס געפינען זיך אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד.
אין ליכט פון די שווערע מצב אין מדינת ישראל, האט דער איזראעלי פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו געמוזט פארלאזן פאריז וואו ער האט זיך געפינען.