לאקאל און נאציאנאל

זיכערהייט וועכטער געשאסן דורך פאליציאנט נאכן אפשטעלן א שיסער

א שווארצער זיכערהייט וועכטער איז געשאסן געווארן צום טויט אין א באר, אין א שטעטל אין שיקאגא, דורך א פאליציאנט, נאכדעם וואס ער האט נייטראליזירט א שיסער אויפן ארט.

דער 26 יעריגער דזשאמעל ראבערסאן, וועלכער האט געטראגן אויפן קאפ א היטל מיטן אויפשריפט “סעקיוריטי”, איז געשטארבן אין שפיטאל פון זיינע וואונדן, וואס ער האט באקומען זונטאג נאכן געשאסן ווערן דורך א פאליציאנט.

פיר אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ביים שיסעריי, צווישן זיי אויך דער באוואפנטער שיסער.

ווי עס פארציילט אן אנוועזנדער האבן די ארומיגע געשריגן צום פאליציאנט “ער איז א זיכערהייט וועכטער”, און ער האט די רעכט צו טראגן געווער. דער עכטער שיסער אינעם באר איז נאכנישט אידענטיפיצירט, און געפינט זיך אין שפיטאל.

 לויט פאליצייאישע קוועלער, האט דער פאליציאנט באקומען א רוף איבער ‘א שיסער מיט א ביקס’, און ער האט געשאסן דעם ערשטן מענטש וואס ער האט געזען מיט א ביקס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.