אריינפיר: הונדערטער פריינט און קרובים צייכענען אפ דעם ערשטן יארטאג פון די פטירה פון זייער חבר, האברך ר’ מוישי וויינער ע”ה וועלכע האט אויפגעטרייסלט כלל ישראל.

משה איז געווען גאר באליבט און געשעצט, און מען קען זיך נאך שווער צוזאמנעמען פון וואס עס האט פאסירט. די געשיכטע האט ארויפגעלייגט א שווארצע וואלקן אויף אלע וואס האבן אים געקענט. איר קענט ליינען דעם באריכט און פערזענליכער קלאג ארטיקל געשריבן געווארן נאך די ביטערע טראגעדיע דורך דער שרייבער פון די שורות, זייענדיג א גוטער חבר מיט משה ע”ה.

יעצט ווען מען צייכנט אפ דעם ערשטן יארצייט, און מען ווערט געפראסקעט מיט די ציפעדיגע פאקט אז משה איז שוין נישט דא פאר א יאר, כאפט אידישער ווינקל א שמועס מיט איינע פון משה’ס נאענטסטע פריינט הב’ יואל גראס הי”ו, צו הערן ווער דער באליבטער אינגערמאן, משה וויינער איז געווען.

ווען האסטו זיך באקענט מיט משה?

משה האט געמיינט פאר מיר אלעס!
משה וויינער ווערט געזען מיט זיין נאנטע חבר להבלחט”א יואלי גראס

 

יואלי: איך האב זיך באקענט מיט אים אלס אינגל, לערנענדיג אינאיינעם מיט מוישי אין די סאטמארער חדר אין בארא פארק.

וואספארא גוטע מידות געדענקסטו פון משה אלס קינד, און במשך די יארן אין חדר/ישיבה?

יואלי: איך געדענק אז ער פלעגט אלעמאל ברענגען א זעקל פון נאש אין חדר, ער פלעגט אבער קיינמאל נישט עסן זיינע זאכן, ער פלעגט מאכן זיכער אז יעדער עסט, יעדער באקומט, מיר פלעגן שטיין ארום אים, און באקומען, ער פלעגט נישט קענען עסן אן וואס אנדערע זאלן מיט עסן, ער איז געווען אזא מענטש. און די מידה האט אים אזוי שטארק סימבאליזירט.

אין ישיבה פלעגט ער אנקומען מיט פרישטאג, און ער פלעגט פשוט אנקומען מיט 3-4 פארציעס, קויפנדיג מער אז “אז דער עולם זאל עסן.” און אז אויב מאכט זיך אז איינער איז געבליבן הונגעריג, אדער נישט געהעריג געגעסן, זאל זיין.

אין קעמפ אין שיעור ג’ ישיבה קטנה, בין איך געשלאפן אין זיין צימער, ער פלעגט אנקומען א זומער מיט 4 באקסעס עסן, זיין גרעסטע געשמאק איז געווען צו זען יענעם עסן, ער פלעגט רופן יעדן צו נעמען עסן, און מען האט געוואוסט אז ווען מען איז הונגעריג גייט מען צו משה’ס צימער.

ווען ער פלעגט גיין קויפן עסן, האט ער אלעמאל געקויפט פאר מיר און אנדערע פריינט, איך געדענק מיר האבן געגעסן פרישטאג אמאל, און ער זאגט מיר, “קום, מיר גייען קויפן א טשאקלעד פאר מיר און פאר דיר” איך קוק אים אן, כ’האב נישט פארשטאנען פארוואס ער דארף מיר קויפן א טשאקאלאד, פארוואס דארפסטו מיר צאלן? ער קוקט מיר צוריק אן, און מיט די גרעסטע פשטות האט ער עס געמאכט אזוי נארמאל אויסקוקן, קום וואס איז? מיר גייען קויפן עפעס פאר מיר און פאר דיר.

ער פלעגט נישט קענען זיין “סעלפי”ש.”

איך פלעג גיין צו זיי אין שטוב גאר אפט, ער פלעגט מאכן זיכער אז יעדער זאל עסן. דאס איז א מורא’דיגע

מוישי וויינער שמייכלט אין די טאג פון זיין חתונה, די שמייכל איז נישט אראפ פון זיין געזיכט קיינמאל!

זאך אז ער פלעגט אסאך מאל אפילו נישט עסן זייענדיג פארנומען געבן מענטשן עסן, אדער ווייל ער איז נישט געווען הונגעריג, ער פלעגט אונז געבן און געבן און געבן.

וואס האט משה וויינער געמיינט פאר דיר?

יואלי: מוישי איז געווען מיין בעסטע, בעסטע חבר, ס’איז נישט געווען קיין סודות צווישן מיר און אים, און איך האב גערעדט צו אים זאכן וואס איך האב נישט גערעדט צו קיינעם.

איך האב אים געטראסט מיט מיין לעבן, ער האט מיך אייביג אויסגעהערט נישט קיין חילוק ווען ס’זאל נאר זיין.

ער פלעגט קיינמאל נישט חוזק מאכן פון קיינעם און געהאט שטארקע געפיל צו יעדן, ער פלעגט זיכער מאכן אז מען גייט צו יעדע שמחה פון א פריינט, ער פלעגט אסאך מאל אנקומען דער ערשטער צו די שמחות, און דערמאנען דעם עולם צו קומען.

פארלירן אזא חבר איז זייער שווער, איך בין נאך אלץ נישט ביי מיר, איך פיל ממש ווי איך האב כמעט נישט מער צו וועם איך קען רעדן און שמועסן אזוי ווי מיט משה.

איך קרעכץ און קרעכץ, ס’איז אזוי שווער פאר מיך איך קען עס נישט מסביר זיין, מיין קאפ איז נאר אנגעפילט מיט מוישי, מוישי, מוישי, איך ווייס באמת נישט צו איך גיי נאך האבן א אמת’ע פרייליכע טאג אין מיין לעבן…

ער פלעגט זיך אזוי זארגן פאר מיך, און אויב זאל זיין אמאל, אז עמיצער זאל מיר אדער פאר א צווייטן זאגן עפעס נעגאטיוו, צווישן מענטשן, אדער אויף פריינט גרופעס, איז ער אייביג געווען דער ערשטער וואס זאל אויפטאנצן אין זיך גלייך אננעמען. און פארטיידיגן דעם וועמען מען האט ארונטערגעריסן, ער איז געווען נענטער צו מיר ווי 2 ברודערס זענען נאנט איינער צום אנדערן, איך גיי מער נישט טרעפן און האבן אזא גוטע נאנטע חבר, פארפאלן מוישי איז נישט ריפלעיסעבל…

מושי איך גיי דיך אייביג געדענקען! דו בלייבסט אין מיין קאפ, ביסט א הערא, א געווינער…!

ווען איך בין אין א שווערע מצב טראכט איך פון דיר, ווען דו פלעגסט מיר אלעמאל זאגן “דאונט ווארי יואלי, עס גייט זיין גוט, לאך דיך אויס…”

און אויב מיינען מענטשן אז איך האב געשפירט אזוי, ווייל איך בין געווען זייער נאנט מיט מוישי, זאל מען וויסן אז יעדער איינער וואס

פלעגט קענען משה וויינער שפירט די זעלבע. מען קען אביסל פארשטיין די שאק וואס האט ארומגענומען זיינע הונדערטער פריינט.

וואס זענען געווען זיינע ספעציעלע מידות וואס מען האט געזען ביי משה? 

יואלי: כיבוד אב ואם, און כבוד הבריאות, מיט זעלטענע מידות צו יעדער מיט וועם ער איז נאר געקומען אין טאטש, איך געדענק די אומבאשרייבליכע כבוד וואס ער פלעגט געבן פאר זיין טאטע, ווען צום ביישפיל זיין טאטע האט אים געזאגט זאכן וואס ער וואלט נישט געוואלט הערן, האט ער אייביג אויסגעהערט, געשלינגען, און מקבל געווען, ער האט קיינמאל נישט צוריקגעענטפערט, ער איז געווען איין שטיק מענטשליכקייט, צו יעדן. ער פלעגט לאדענען די גרעסטע נעבעכדיגע בחורים פון ישיבה צו זיך אין שטוב, די בחורים אויף וועמען קיינער האט זיך נישט געקימערט, זיי פלעגט ער האבן פאר שבת געסט. כמעט יעדער אויסלענדישער בחור וואס האט מיט אים געלערנט אין ישיבה (קרית יואל) איז שוין געווען אמאל אויף א שבת ביי משה.

משה אין זיינע ישיבה יארן אין קרית יואל

רעדנדיג פון מידות, ווען מען פלעגט רעדן איבער מענטשן, אראפרייסן דעם אדער יענעם, ווען ער האט געהערט ווי מען רעדט פון אנדערע פלעגט ער אלעמאל זאגן, “וואס ווייסן אונז וואס זיי גייען דורך, מיר זענען נישט אין זייער שיך, מ’דארף יעדן לאזן לעבן, און אויב טוט מען עפעס שלעכט איז עס נישט אונזער ביזנעס,” כ’האב זיך אזויפיל געלערנט פון אים. ממש ווער עס קען אים נישט, וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין.

האסט שוין מיטגעהאלטן אז משה זאל העלפן א צווייטער מיט געלט פון זיין טאש?

יואלי: מענטשן וועלן נישט פארשטיין וואס מוישי איז געווען.

עס איז געווען אמאל אין ישיבה אז א בחור’ל האט פארלוירן א צוואנציגער, ער האט זיך ארומגעדרייט, דאס געזוכט, און געהאט עגמת נפש. דער בחור האט אנגעהויבן ארומזוכן צווישן די בחורים ווער עס האט דאס מעגליך געפונען, און ער האט א פרעג געטון משה, צו ער האט אפשר געזען א צוואנציגער, משה ענטפערט אים מיט א שמייכל, אז “יא,” ער האט עס געטראפן. דער בחור האט אויפגעלאכטן, און גענומען זיין צוואנציגער פון משה.

אונזער ראש ישיבה הרב חיים יעקב רובין שליט”א האט שפעטער געפרעגט משה צו ער האט טאקע געטראפן די געלט, האט אים משה געזאגט אז ניין, ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף דעם בחור, האט ער דאס באשלאסן צו געבן פון זיין טאש.

וועלכע זאך האט משה דורכגעפירט לעצטנס צו העלפן א חבר?

יואלי: ממש עטליכע וואכן פאר די עקסידענט האט פאסירט האט משה דורכגעפירט א טיי-אוונט פאר א בחור וואס האט חתונה געהאט און זיין טאטע האט זיך געמוטשעט, ער האט צוזאמגעשטעלט 10,000 דאלער פאר דעם בחור.

האסט אמאל מיטגעהאלטן משה זאל זיין זייער עמאציאנאל איבער א צווייטן?

יואלי: איך בין אמאל געווען אין ראם פון די ארגענעזאציע “אחים ביחד,” אין שפיטאל, נעבן די בעט פון א נישט געזונט קינד רח”ל, ער האט געוויינט, און משה האט מיר דאן פונקט אריינגערופן.

ווען איך האב געענדיגט רעדן מיט אים, האב איך באקומען א מעסעדזש פון משה, איבער דעם אינגל וואס ער האט געהערט וויינען.

דאס זענען זיינע ווערטער, פול מיט קרעכצן און מיטגעפיל:

“נעבעך א קליין זיסע אינגל, זאג מיר זיין נאמען, איך דארף עס, איך וועל אים אינזין האבן, נעבעך, דער אויבערשטער זאל העלפן, ער זאל אים העלפן, אלעס זאל זיין גוט, נעבעך, אויוויי נעבעך, איך ווייס נישט וויאזוי מען קען דאס אויסהאלטן.”

משה פלעגט זיין א שטיק הארץ, און ווערן איבערגעפולט מיט רחמנות פאר יעדע פראבלעם וואס א מענטש איז דורך, זיין קאפ האט אלעמאל געווירבלט מיט פלענער וויאזוי ער קען העלפן דעם פראבלעם.

ווען און וויאזוי האסטו געהערט פון די ביטערע טראגעדיע?

דאס זענען ביטערע זכרונות, איך בין געווען מיט עמיצן אויפן טעלעפאן, און כ’האב אנגעהויבן באקומען טעלעפאן קאולס און מעסעדזשעס, אז משה איז פארמישט אין א ביטערע עקסידענט, עס האט נישט גענומען לאנג צו געוואויר ווערן די ביטערע נייעס, איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן יענעם ביטערן טאג, די לויה איז פארגעקומען ביינאכט ביי די סאטמארער בית המדרש אויף הופער סט. די שטיינער האבן געלאזט טרערן.

וואס האסטו די לעצטע מאל גערעדט מיט מוישי?

יואלי: מיין לעצטע שמועס מיט מוישי איז געווען וועגן א חתונה פון א גוטער חבר וואס מיר האבן געהאט א נאכט בעפאר, ער האט מיר געבעטן צו זיין גרייט צייטליך, ווייל ער וויל זיין צוריק אין צייט.

מיר האבן געפלאנט צו אראנזשירן א שטיקל פארברענג יענע נאכט, משה האט אבער נישט געהאלטן אז מיר זאלן דאס טון, זאגנדיג אין זיין לעצטע שטימע רעקארדירונג וואס ער האט געלאזט “עס גייט זיין זייער ווינטיג היינט” אוי איז געווען ווינטיג יענע נאכט.

וואס וואלט משה געוואלט מען זאל טון לעילוי נשמתו?

יואלי: משה וויל זיכער מען זאל גיין אין זיינע וועגן, אז וועמען מען גייט פארביי, זאל מען געבן א שמייכל, א גוט ווארט פאר יעדן, יעדער שנארער, די ערגסטע מענטש, א קלאפ אין פלייצע, וואס מאכסטו? דאס איז משה געווען און דאס איז געווען זיין לעבן, מאכן יעדן שפירן א מיליאן דאלער, איך בין זיכער בלי ספק אז דאס וועט זיין די פאסיגסטע אקט לעילוי נשמתו.

איך דערמאן זיך ווי ער פלעגט מאכן זיכער אז ער בלייבט נישט שולדיג פאר קיינעם קיין געלט, ער פלעגט גיין מיט אונז עסן, אדער ארויסגיין,

איינע פון משה’ס לעצטע פראיעקטן. א טיי-אווענט פאר א חבר. וואס זיין טאטע מוטשעט זיך, צאמשטעלנדיג די סומע פון 10,000 דאלער!

פלעגט ער מאכן זיכער אז יעדע פעני איז אויסגעצאלט, אמאל מאכט זיך מען נעמט א פלעשל וואסער און מען געדענקט נישט צו מען האט דאס שוין באצאלט. מוישי פלעגט מסתם צאלן פאר צוויי באטלעך נאר צו זיין זיכער אז ער בלייבט נישט שולדיג. ער פלעגט אלעמאל וואונטשן פאר מענטשן זאלסט ווערן א גרויסער עושר, און מצליח זיין.

מוישי ביסט טאקע נישט דא, אבער דיין געשטאלט ליגט אונז אין זכרון, און דיינע גוטע מידות זענען פאר אונז געבליבן זיך אפצולערנען, און טון לעילוי נשמת דיין טייערע נשמה.

זענען פאראן פלענער ביי די חברים צו טון זאכן לעילוי נשמתו?

יואלי: מען שרייבט א ספר תורה יעצט און מיר האבן א שיעור יעדע נאכט לעילוי נשמתו, משה איז דער גרונדער פונעם שיעור, ער האט געבעטן פון יעדן אז מען זאל זיך צוזאמנעמען יעדן טאג נאך די ארבעט און אזוי האט זיך געגרינדעט די שיעור אין ביהמ”ד ביקסאד, ווי משה האט אנטיילגענומען טעגליך ביז א נאכט בעפאר זיין פטירה. משה האט ממש געשוויצט אז די שיעור זאל צושטאנד קומען, ער פלעגט אליינס פארן אפנעמען און אפטראגן אינגעלייט וואס וואלטן נישט געקומען אנדערש. די שיעור איז געווען זיין טייערסטע פראיעקט. יעצט איז די שיעור געווידמעט לעילוי נשמתו.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.