די פאמיליע פון א מאן וואס האט געמאכט א רייזע צו די פאראייניגטע שטאטן א חודש צוריק, רופט פאר הילף צו די פובליק, צו העלפן טרעפן דעם מאן, נאכדעם וואס די פאמיליע האט נישט געהערט פון אים פאר איבער א מאנאט.
א נאנטער וואס איז געווען אין קאנטאקט מיט אים גיבט איבער, אז ער איז געווען אין פארבינדונג מיט אים דאס לעצטע מאל אין אקטאבער 6, ווען רואיז לעסט איז געווען אין לאס אנזשעלעס, און האט געדארפט נעמען א פליגער צו אייראפע, און מאכן זיין לעצטע סטאפ אין אונגארן.
רואיז לעסט האט זיך באשעפטיגט מיט באהאנדלען קינדער וואס דארפן צוקומען צו ספעציעלע הילף. און האט געמאכט זיין רייזע צו די פאראייניגטע שטאטן אויף וואקאציע.
ער אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אין סעפטעמבער 15, און האט דערגרייכט אין קאליפארניע 10 טעג שפעטער.
ער האט דאס לעצטע מאל גערעדט מיט זיין פאמיליע אין אקטאבער 5, וואו ער האט דערציילט אז ער וועט זיך אומקערן א היים ביז געציילטע טעג.
ער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א מאן פון 5 פיס הויך, ברוינע שווארצע אויגן, מיט גרעי האר און גלעזער.
yt