גאסט עדיטאריעל, אריינגעשיקט דורך א. מבין, אידישער ווינקל רעפרעזענטירט נישט די מיינונג פון בריוון אריינגעשיקט דורך אונזערע ליינער.
כ’פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס און וויאזוי מאנכע שפירן זיך אקעי סתם אזוי אראפצורייסן יענעמ’ס ארבעט און געלט וועגן עס האט א ניגון אדער צוויי וואס איז נישט צום הארצן.
כ’וויל זאגן אפאר אינטערעסאנטע נקודות ווייל כ’האלט אז דער סידי האט דערווייל כמעט נישט באקומען א בארעכטיגטע באהאנדלונג דערווייל אויף געוויסע פלאטפארמעס.
1 – איינער וואס איז אויפגעוואקסן און געהערט ירמי’ דמן, מב”ד אדער פישל בייגל… און אפי’ מיכאל’ס אייגענע אלטע סידיס פון פופצן יאר צוריק, וועט אייביג ליב האבן מער די מוזיק וואס מ’האט געהערט ‘אמאל’, יא אזוי זענען מענטשן, ס’בכלל נישט קיין סורפרייז, מ’קען עס רופן ‘נאסטאלגיע’…
2 – געוויסע מענטשן קענען זיך נישט אדזשאסטן צו ‘נייע זאכן’ צוליב דעם זענען נאך פארהאן פילע פון דעם נישט אזוי אלטן דור וואס באנוצן זיך מיט בלעקבעריס, און פאר דעם איז נאך יעלאו קעבס אין ביזנעס… ווייל כדי צו קענען אויפכאפן און אקצעפטירן חידוש דארף מען קודם עפענען דעם מח און זיין רעדי דאס איינצוזאפן.
3 – למעשה איז די מוזיק אויף מיכאל’ס אלבום א שטיק חידוש, אפי’ קוקנדיג אויף די אידישע מוזיק פון די לעצטע פאר יאר, ממש יעדעס מאל וואס מ’הערט עס איבער הערט מען און מען שפירט נייע ענערגיע און חידושים נפלאים וואס פליסן דורך די שורות, ממת כמים קרים על נפש עיפה. כ’וויל ממש זאגן פאר זושא שניצלער דער אראנדזשירער, זושא, דו ביסט א ריכטיגער חידוש בעולם המוזיק!
4 – דער נייער דור, מיינע קינדערלעך, הערן שוין איבער דעם סידי צום וויפילטן מאל און זיי באלעקן זיך מיט יעדע ניגון (מסתמא אין צוואנציג יאר ארום גייען זיי זאגן, “ברענג מיר נאכאמאל דעם מיכאל פון מימיני מיכאל”.
5 – דער סידי איז אנגעזאפט מיט אמונה, ביטחון, הודאה, שמחה, כמעט נישטא נאך איינער וואס לייגט אריין אזויפיל פון דעי סחורה אין א סידי! כ’קען נישט מיכאל’ן פערזענדליך, אבער אז א איד וואס שטרעבט אריינצוברענגען אזאנע מעסעדזשעס ביי כלל ישראל קומט זיך קרעדיט!
6 – דער סידי מיינט דאך אזוי סאך פאר אזוי פיל מענטשן! מ’הערט פון מענטשן וואס זענען אמאל דורך א געזונט פראבלעם – ביי זיך אדער ביי די משפחה מיטגליד – וואס שעפן חיזוק פון דעם הארץ אפעראציע סיפור. מיין מאמע – א מיטליעריגע פרוי – נישט מער נישט ווייניגער, הערט עס שוין איבער כ’ווייס וויפיל מאל… מענטשן זענען זיך מחי’ מיט דעם “דאנק ברענגט א דאנק” ניגון (לכאורה קומט זיך קרעדיט פאר דעם אומגעהויערן ווינט וואס ר’ שלום ארוש האט לעצט’ס געמאכט מיט זיינע באקאנטע ספרים ‘שעריו בתודה’, און ‘אמרתי תודה ונושעתי’ וואס לערנט אויס צו דאנקען מער השי”ת סיי אויף די גוטס און סיי אויף וואס עס זעט נישט אזוי גוט אויס), מענטשן ווערן עמאציאנאל און בארירט ביז די סטרונעס פון די מצה ניגון, אסאך נעמען ארויס א מוסר השכל פון דעם דן זיין לכף זכות ניגון, און אנדערע גיבן א שמייכל ווער ראפי שרייט “אידעלע ביסט פיייינע נייעס”.
בקיצור, א שטיק פאזיטיוויטי!
7 – ווען עס קומט צו גראמען האלט איך נישט אז איך האב א רעכט צו זאגן מבינות, אבער אויבנאויף האב איך באמת ענדזשויט יעדע גראם אויף יעדע ניגון. כ’נישט געשפירט אז די אמאליגע זאלן זיין מער תוכנ’פול, קען זיין אז יא קען זיין אז נישט, א דאנט רילי קעיר…
8 – די זינגען פון מיכאל איז עפעס נישט נארמאל גוט דא, כ’ווייס נישט ווער נאך וואלט אזוי גוט און הארציג געזונגען דעם מצה ניגון ווי מיכאל.
9 – א געשמאקע מיקס! יעדע זאך אזוי שיין פלאצירט, חוץ פון געוויסע קליינע פעלער וואס די בעס קען זיין שטילער איז דאס ממש א הערליכע מיקס, שיין פלאצירט אלעס ווי א פולע פריזער פאר יום טוב וואו מ’קען גלייך טרעפן די קאקאשקעיק און די זופ… אלעס האט זיין מסודר’דיג פלאץ.

10 – די ניגון באכע… כ’ווייס נישט, מיר האט עס נישט געבאדערט. גראדע אין שול קען מען הערן פון געוויסע איידעלע אידן וואס זענען נישט געווען באקוועם דערמיט, און כ’קען זיי פארשטיין, אבער לדעתי מאכט דאס נישט חוזק פון אידישקייט. עס איז נישט קיין פריקת עול, בסך הכל איז עס פאני ענטערטעינמענט וואס מאכט מ’זאל רעדן דערפון און עס זינגט זיך אין קאפ ביי אלעמען און אפי’ פאר קליינע 5 יעריגע קינדערלעך, נישט קיין שלעכטע מארקעטינג איידיע… און דער פאקט אז ס’איז שוין דא א פערטער קליפ וואס צירקולירט דערויף שאקלט צו מיטן קאפ ווי צו זאגן, “יא, דער מארקעטינג האט געארבעט”כה יתן ה’ וכה יוסיף עס זאל זיך קלאמערן אזאנע מוזיקאלישע חידושים ביי אונז, און נאך אידן זאלן ארויסגעבן אזוינע שיינע און אידישליכע אלבום’ס פול מיט חיזוק און אמונה.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.