פיייער פארשער ברעכן זיך קאפ צו פארשטיין וואס עס האט צוגעברענגט אז א בית המדרש זאל ארויפגיין אין פלאמען, אין די צייט וואס עס איז געווען געפאקט מיט מתפללים און לומדים.
די רעדע איז איבער די תורה וחסד שוהל אין דרום מערב יוסטאן, וואס איז ארויף איו פלאמען פארלאפענעם מיטוואך.
לויט די באריכט, זענען פאליציאנטן וועלכע האבן פאטראלירט די געגנט, אריינגעקומען צום בית המדרש נאכן באמערקן ווי די דאך פון די געביידע איז איינגעהילט אין פלאמען, און האבן עוואקואירט דעם שוהל.
עטליכע לייט אין די קהלה זענען געלאפן ראטעווען די ספרי תורה פון די ספרדישע קהלה אויפן ארט, אבער די פייערלעשער האבן זיי פארטריבן און באפוילן צו זאלן שטיין ווייט פונעם געביידע. די פייערלעשער זענען באלד אריין אין די געביידע צו ראטעווען די ספרי תורה, און זיי האבן ביז א קורצע צייט ארויסגעברענגט אלע פינף ספרי תורה, וואס צוויי פון זיי זענען געווען געשעדיגט פון די וואסערן.
בחזדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן פון דעם פייער. טייל פון די אנוועזנדע אין בית המדרש האבן שפעטער דערציילט אז בעפאר די פייער האט אויפגעפלאקערט, האבן זיי געהערט א אויפרייס אויפן גאס, אבער זיי האבן דאס נישט גענומען ערנסט.
לויט די פייער לייט האט זיך דער פייער אנגעהויבן אין די אונטערשטע זייט פונעם געביידע, און זיך פון דארט פארשפרייט צום דאך. דערווייל ווייסט מען נישט וויאזוי דאס האט פאסירט, און פארשער ארבעטן צו דערגיין דעם אורזאך.