ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די דראמאטישע געריכט פון דעם לעגענדארער מעקסיקאנער דראג דילער און מאפיאנער על טשאפא גוזמאן, אין ניו יארק:
דער עדות מיגאל אנכאל מארטינעז – איינער פון די געוועזענע גרעסטע קרימינאלן אינעם דראג באנדע – האט דערציילט אין געריכט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע פאקטן איבער על טשאפא און זיין באנדע.
“גוזמאן האט מיר אמאל פארציילט איבער זיין געשיכטע” האט מארטינעז געזאגט פאר דעם ריכטער. “ער האט אנגעהויבן מיט זיין דראגס אין די טעג וואס ער האט געוואוינט אין סינלאוואה אין מעקסיקא, וואו ער האט געפלאנצע מאריכואנא און העראאין דראגס. ער איז געווען זייער ארעם און נישט געהאט וואס צו עסן, דאס האט אים געברענגט צו דיעלן מיט דראגס”.
ער איז אבער נישט פארבליבן א בלוטיגער ארימאן. אין יאר 2006 האט על טשאפא פארמאגט דריי דזשעט פליגערס, און ער איז געפארן וואו אימער מיט א גרויסער מאטארקאדע, וואס איז געווען באגלייט מיט א גרופע פון טייערע און געלערנטע באוואפנטע וועכטער, אין צוגאב צו די פריוואטע זיכערהייט אגענטן וואס ער האט פארמאגט איבער אלע זיינע הייזער איבער פארשידענע שטעט אין מעקסיקא.
לויט ווי מארטינעז האט דערציילט פארן געריכט, האט על טשאפא גוזמאן פארמאגט אין איינע פון זיינע הייזער א געהיימע צעל אונטער זיין בעט, וואס האט זיך געעפנט דורך אן היידראהאלישער טעכניק.
באזונדער פארציילט דער עדות איבער א פריוואטע טיערגארטן וואס דער דראגס לארד האט פארמאגט אין גואדלאכארא, וואו עס האבן זיך געהאדעוועט אומלעגאל לייבן, לעמפערט’ס, בערן און עליגעיטאר’ס. אזוי אויך האט דער טיערגארטן פארמאגט א קליינע באן אויף שינעס, וואס איז ארומגעפארן צווישן די שטייגן פון די חיות.
עס איז אויך אויפגעדעקט געווארן, אז דער מעקסיקאנער מאפיאנער פלעגט אפט פארן קיין שווייץ, וואו ער איז אדורכגעגאנגען גאר טייערע “אנטי איידזשינג” פראעצעדורן, וועלכע האלט צוריק די צעלן פון זיך פארעלטערן, און העלפט זיך צו האלטן פרישער און יונגער.
א גרויס טייל פון זיינע ריזיגע פארמעגן וועלכע זענען אריינגעקומען פון די מאסיווע דראגס פארקויפונגען, איז אויסגעגעבן געווארן געווארן פאר כאבאר און שוחד וואס איז אריינגעפלאסן אין די קעשענעס פון די מעקסיקאנע אויטאריטעטן. ווי מארטינעז באשולדיגט, האט דער מעקסיקאנער פעדעראלע פאליציי אינספעקטאר גענעראל באקומען פון על טשאפא אזויפיל ווי מען מיליאן דאלער, און באקומען אין אויסטויש אינפארמאציע איבער אלע אנטוויקלונגען וואס די אנטי דראגס פאליציי ווייסט איבער אים, און איבער זיינע פיינט – וועמען ער א דאנק די אינפארמאציע געכאפט אין סופרייז און זיי אטאקירט מיט ברוטאליטעט.
זינט דער עדות מיגאל אנכאל מארטינעז איז ארעסטירט געווארן אין מעקסיקא אין יאר 1998, האט אים על טשאפא כאטש צוויי מאל פרובירט צו עלימינירן, וויבאלד עס איז זייער מסוכן פאר א מאפיאנער אז איינער פון זיינע העכסטע שישקעס געפינט זיך אין די הענט פון געזעץ היטער. דאס ערשטע מאל איז געווען א קורצע צייט נאכדעם וואס ער איז ארעסטירט געווארן, ווען א גרופע פארשוינען האבן אים אטאקירט אין טורמע און געשטאכן עטליכע מאל, וואס ער האט איבערגעלעבט.
די צווייטע מאל איז געווען אין 2006, נאכדעם וואס ער האט עדות געזאגט אין געריכט קעגן די באנדע, און דאן איז אריינגעפלויגן צוויי האנט גראנאטן אין זיין צעל, און ער איז געראטעוועט געווארן בלויז וויבאלד ער האט זיך באהאלטן אונטער די בית הכסא.
נאך די פראוון אים צו אפווישן פון מאפע, האבן די פעדעראלע אגענטן געשטעלט גאר הויכע זיכערהייט מאסנאמען ארום אים, כדי ער זאל נישט אומגעברענגט ווערן. צווישן אנדערע איז נישט ערלויבט פאר מעלער צו נאכקאפירן א בילד פון אים, און אפילו נישט בלויז א טייל פון זיין געזיכט.
ווי שוין געשריבן, טוען די אדוואקאטן פון על טשאפא לייקענען און טענה’ן אז ער איז בכלל נישט דער פירער פון די דראג און מאפיא באנדע, און די אמעריקאנער עדותשאפט זענען צווייפלהאפטיג, נאכדעם וואס זיי פארמאגן א קרימינאלע היסטאריע און זיי זוכן זיך א וועג צו באפרייען פון טורמע, דורכ’ן פאבריצירן געשיכטעס אויף על טשאפא…