די פאליצייאישע אנטי טעראר איינהייט פון איטאליע האט ארעסטירט א פאלעסטינער אינעם שטאט מאקומאר אינעם אינזל סארדיניע, ווערנדיג פארדעכטיגט אלס א אייסיס מיטגלידער וואס האט פלאנירט דורכצופירן טעראר אטאקעס.
דער 30 יעריגער אכמאד אמאן, איז א לעבעזאנטער בירגער און א פאלעסטינער אפשטאמיגער. די איטאליענע פאליציי איז חושד אז ער האט געוואלט פארגיפטן די וואסער סיסטעם פון מאקומאר, און פון א דערנעבנדיגע מיליטערישע באזע.
דער ארעסטירטער ער האט עמיגרירט קיין איטאליע פאר עטליכע יאר צוריק, און ער וואוינט אין די סארדיניע אינזל מיט א ווייב און דריי קינדער, וואס האבן לויט די פאליציי נישט געוויסט פון זיינע בייזוויליגע פלענער.
ער איז ארעסטירט געווארן נאכן קויפן גיפט מאטעריאלן אויפן געוועב, און נאכן עפענען אן אויספארשונג און אים נאכקוקן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז א שטארקער אייסיס סימפאטיקער, און אידענטיפיצירט זיך אלס אן אנהענגער פון זייער פירער אבו קאביר על באגדאדי.
זיין פעטער איז שוין ארעסטירט געווארן אין לבנון פארן פלאנירן צו פארגיפטן א לאקאלע מיליטערישע באזע פארלאפענע סעפטעמבער, און דאס האט געברענגט אז מען זאל נאכקוקן זיין פלומעניק אכמאד אמאן, און באצייטנס אפשטעלן בעפאר ער האט גערקענט אנטלויפן.