ס׳איז א געווענליכער טאג, דער רבי ר’ אליעזר’ל זשיקוב’ער זיצט ביי זיין גרויסן פאטער דער ראפשיצער רב. זיינע בליקן פאלן אויפן טאטנ’ס זאקן. ער דארף זיי נישט צופיל באטראכטן, די הייליגע פיס ווייזן אים קלאר זיי זענען פארבלוטיגט.
רבי אליעזר’ל פארשטייט דער טאטע האט געמאכט גלגול שלג, און ס׳איז ביי אים בכלל קיין חידוש נישט. עס איז דאך פארט אן אפטער ערשיינונג. רבי אליעזר ווייסט גאנץ גוט, אז דעם צדיק’ס סיגופים זענען אויף אזעלכע עבירות וואס וואלטן ביי אנדערע בכלל נישט באמערקט געווארן, אדער אפשר אפילו נישט פאררעכנט געווארן אלץ זינד. און ס’קען אויך גאר מעגליך זיין, אז דער טאטע איז זיך מסגף פשוט זיך צו דערהייבן – ווייל דער צדיק שפירט דאך אלעמאל אז ער שטייט נאך צו נידריג, ער האט נאך פיל צו דערגרייכן.
איז דעריבער רבי אליעזר גאר שטארק נייגעריג צו וויסן וואס איז די סיבה וואס האט צוגעברענגט דערצו, און ער פרעגט דאס פאר זיין הייליגער טאטע. און אט איז וואס זיין הייליגער טאטע, דער ראפשיצער רב האט אים געענטפערט: כדי דיר צו ערקלערן, זאלסט [כאטש אביסל] קענען פארשטיין מיינע געדאנקען און געפילן, וועל איך דיר דערציילן א מעשה:
געווען איז דאס גלייך נאך מיין חתונה, ווען איך בין געזעסן קעסט ביי מיין שווער. מיין שווער, פלעגט מיך כסדר מוטשען אז איך זאל ארויספארן אמאל האנדלען, כאטש צו א יריד וואס קומט פאר איינמאל א יאר. ס’וועט נישט אויסמאכן אז כ’וועל איבערלאזן דעם ביהמ״ד באנק אויף עטליכע וואכן, די גמרא קען איך דאך מיטנעמען אויף אונטערוועגנס, כדי זיך נישט צו דארפן שיידן דערפון. וואס קען מיר דען שאטן אז כ׳וועל אהיימקומען מיט עטליכע גרייצער…
אויך פאר אים – פאר מיין שווער זעלבסט, האט ער גע’טענה’ט, וועט פיל לייכטער ווערן. ער וועט נישט מוזן טראגן די עול הפרנסה פון מיין געזינדל אויף זיין קאפ. ס’איז אים גענוג געווען די אייגענע. יעדעס מאל אבער, ווען ער איז געקומען מיט נייע פלענער פון עפעס א פרישע יריד, אדער האנדלס פלאץ, האב איך מיר פשוט ארויסגעדרייט, כ’האב אלץ געטראפן אן אנדערע תירוץ. ס׳איז מיר דאך א שאד געווען איבערצולאזן מיינע טעגליכע שיעורים, מיין גמרא, מיין ביהמ״ד, אין קורצן, מיין גאנצע פרנסה איז דאך במילא פון באשעפער.
איינמאל אבער, ווי געווענליך, ווען מיין שווער איז מיר געקומען דערציילן די בשורה טובה פון א גרויסע יריד ווי מ’קען מאכן גאלדענע געשעפטן, האב איך צווישן די איבעריגע וואס איז מיר נישט אינטערסאנט געווען אויפגעכאפט, אז ער רעדט יעצט פון די שטאט בארדיטשוב, ער האט מיר פרובירט צו איבערצייגן אז איך קען דארט גאר גוט פארקויפן די פעלעכלעך וואס ער וועט מיט מיר מיטשיקן.
איך האב מיר אבער צו זיינע פלענער און חלומות בכלל נישט צוגעהערט. ביי מיר אין קאפ האבן זיך געדרייט גאנץ אנדערע מחשבות. הערנדיג דעם נאמען “בארדיטשוב” איז ביי מיר דורכגעלאפן אין מחשבה, אז בארדיטשוב איז יא עפעס אן עסק. דארט וועל איך האבן א געלעגנהייט צו קענען לערנען דעם הייליגן צדיק וועלכער שיינט פון דארט מיט זיין תורה און קדושה, דער הייליגער קדושת לוי.
זיך אנשעפן מיט יראת שמים און דערהויבנקייט, דאס איז שוין א פלאן, האב איך געטראכט, און כ’האב גלייך מסכים געווען צו פארן. מיין שווער איז געווארן מלא שמחה, אז איך בין גרייט צו פארן און גלייך האט מען אנגעהויבן פיבערהאפטיגע הכנות צו די נסיעה. עס איז גארנישט איינגעפאלן אז “לא מחשבותי מחשבותיכם”… זיין שווער’ס פלענער זענען נישט זיינע פלענער.
עס איז געווען דעמאלט גלייך נאך סוכות, דעריבער האב איך זיך געאיילט וואס שנעלער ארויסצופארן, אז איך זאל קענען לויט’ן חשבון אנקומען אויף חנוכה צום הייליגן בארדיטשוב׳ער. מ׳האט אנגעלאדענט א וואגן פול מיט פעלעכלעך, איינגעפאקט צידה לדרך, און געדינגען א בעל עגלה.
מיין שווער האט מיר געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו האנדלען, אז מען זאל מיר נישט ארייננארן ביים אפקויפן די סחורות. אייגענטליך, בין איך דאך בכלל נישט באקאנט געווען ארום דעם ענין פון מסחר. די משפחה האט מיר אלעס פונקטליך צוגעשטעלט, ס׳זאל זיין אויפן באקוועמסטן אופן – און ענדליך, אין א מזל’דיגע שעה בין איך שוין געווען אויפן וועג.
פון אנפאנג איז דער וועג געגאנגען כשורה. אבער ווי געווענליך אנהייב ווינטער צייט, קען מען נישט פאראויסזען ווען די שווערע וועטערס וועלן זיך אנהייבן, און פלוצלינג, ווען מיר האבן שוין געהאלטן טיף אינמיטן וועג, האט א געדיכטער שניי זיך אראפגעלאזט, פארפרוירן די ערד פון אונטער זיך, און שווער געמאכט דאס פארן. קוים וואס דער וואגן האט זיך גערירט. ספעציעל ווען מיר זענען דורכגעפארן א וואלד, האט יעדעס שפאן אפגעקאסט דעם בעל עגלה איבערמענטשליכע כוחות.
אזוי זענען די טעג געלאפן, ביז איך האב מיר געכאפט איין טאג, אז ס’איז דאך שוין ערב חנוכה אויף די וועלט. לויט’ן רעכענונג זענען מיר געווען גאר נאנט צו בארדיטשוב. האב איך שטארק חשק באקומען צו זיין ביים הייליגן קדושת לוי אויפן ערשטן חנוכה ליכט, און דא קוים וואס די פערד שלעפן זיך אין דעם שווערן וועטער.
האב איך מיר געמאכט דעם חשבון אז צופיס וועל איך שנעלער אנקומען. און גלייך האב איך אנגעטראגן מיין פלאן פארן בעל עגלה. אז איך וועל גיין פאראויס און ער זאל נאכפארן מיטן וואגן מיט די סחורות. דער בעל עגלה איז איינגעגאנגען, און איך האב מיר געלאזט אין וועג צופיס.
ווען איך בין אנגעקומען אין שטאט, האט מען געהאלטן דארט נאך מעריב און דער עולם איז שוין אהיימגעגאנגען זיך גרייטן צו חנוכה ליכט. און איך האב מיר ארומגעדרייט אין שטאט, זוכן דאס הויז פונעם הייליגן קדושת לוי. אזוי ווי איך בין אריינגעקומען אין פאדער-שטוב פון רבי’נס הויז, האב איך באמערקט א שפארע ביי די זייט פון די טיר. כ׳האב מיך צוגעבויגן אפשר וועל איך עפעס קענען זען – און כ’האב טאקע געזען, נאך ווי כ’האב געזען. דער הייליגער בארדיטשוב’ער האט דעמאלט צוגעגרייט די קנויטן פאר די מנורה.
וואס זאל איך דיר זאגן מיין קינד, קען איך דען אראפלייגן פאר דיר דעם געהויבענעם בילד וויאזוי דאס האט אויסגעזען? זיין פנים האט געפלאמט ווי א מלאך. יעדעס קוועטש אויף די שטיקל קנויט אין זיינע הייליגע הענט, איז געווען אן עבודה פאר זיך. איך בין געשטאנען צוגעשמידט צו די טיר און נישט אראפגענומען קיין אויג פון יעדע תנועה. פון מינוט צו מינוט האט זיך מיר געדאכט ווי די לופט דערהייבט זיך אלץ העכער און העכער.
אליעזר’ל – כ’האב מיר היינט דערמאנט פון דעם גרויסן התלהבות און ברען פונעם הייליגן בארדיטשוב’ער בשעת’ן דרייען די קנויטן, האב איך ווידעראמאל דערשפירט די דעמאלטסדיגע התעוררות אין אלע מיינע אברים… כ’האב מיך פשוט נישט געקענט באהערשן און געמוזט מאכן גלגול שלג.
רבי אליעזר זשיקוב’ער זיצט א לאנגע וויילע פארטראכט זייענדיג אונטערן רושם פון זיין טאטע’ס מורא’דיגע ערציילונג, און ענדליך רופט ער זיך אן: דאך בין איך נייגעריג צו וויסן טאטע – וואס איז למעשה געווארן מיט דיין פולע וואגן מיט פעלעכלעך?
דער וואגן מיט פעלעכלעך? – צושמייכלט זיך דער ראפשיצער – אזוי ווי דו ווייסט, אזוי ווייס איך אויך!
דער הייליגער ראפשיצער רב האט מער קיינמאל פון זיינע פעלעכלעך נישט געהערט, און ס’האט אים בכלל נישט אינטערסירט, ער איז א לאנגע צייט פארבליבן אינעם בארדיטשוב’ער הויף וואו ער האט זיך אנגעזאפט מיט קדושה וטהרה און געשעפט פולע הויפנס פון זיין הייליגע תורה.