א שרעקליכער פייער האט נעכטן אויסגעבראכן אין דעם שוהל ‘מורשה’ וואס געפינט זיך אין סי פוינט, קעיפטאון – אין דרום אפריקע. די רעזולטאטן זענען גאר שווער און שוידערליך, זיבן ספרי תורה זענען ליידער פארברענט געווארן, השם ירחם.
מיט ניסים זענען נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס, אבער ליידער איז דאס בית המדרש גאר שטארק געשעדיגט, און די ספרי תורה זענען פארניכטעט געווארן, צוזאמען מיט צענדליגע טלתים, סידורים, און ספרים.
ווי אן אנוועזנדער דערציילט האבן די ארטיגע אידן געהאט טרערן אין די אויגן, און מען האט געמאכט א מענטשליכער קייט, פרובירנדיג דרכצוברעכן דעם שוהל און ראטעווען די ספר תורה. אבער באלד האט מען געזען אז עס איז נישט מעגליך, די אידן זענען געווען אויפגעשוידערט און צעטראגן, און דער רב האט געזאגט קדיש מיט א קול געשטיקט פון געוויין.
די פייער האט אויסגעבראכן אין שוהל ווארשיינליך צוליב די פילע חנוכה מנורות וואס האבן דארט געברענט, און 22 פייערלעשער זענען אראפגעקומען אין 4 פייער טראק’ס צו באקעמפן דעם פייער, וואס איז געווארן גרעסער און שטערקער.