דער פרעזידענט פון ניגעריע, מאכמאדא באכארי, האט געלייקנט די קלאנגען אז ער איז געשטארבן. “איך בין דער ריכטיגער פרעזידענט” האט ער געזאגט זייענדיג אויף א באזוך אין פולין, “איך בין נישט מיין דאפלטער”…
די מאדנע געשיכטע הייבט זיך אן נאך פארלאפענעם יאר, ווען באכארי וועלכער איז שוין 75 יאר אלט, האט געמוזט פארלאזן ניגעריע צוליב א קרענק פון וואס ער האט געליטן, און זיין פאר לאנגע תקופות אין די לאנדאנער שפיטעלער. אין איינע פון זיינע באהאנדלונגען, איז ער נישט געווען אינעם לאנד ווי ער פירט, מער פון דריי מאנאטן.
דאס אפוועזנהייט פונעם פרעזידענט באכארי וואס איז ערוועלט געווארן אין ניגעריע אין יאר 2015, און די שטילשווייגעניש פון די רעגירונג איבער זיינע קרענק און באהאנדלונגען, האט געברענגט א כוואליע פון שפעקולאציעס איבער ניגעריע.
עס זענען ארום קלאנגען אז ער איז געשטארבן און מען באהאלט עס פון די ניגעריע, און דער וואס באווייזט זיך אויפן טעלעוויזיע און פירט דאס לאנד, איז נישט דער עכטער באכארי, נאר א דאפלטער וואס זעט אויס ווי אים, מיטן נאמען דזשאווריל. די קלאנגען זענען – לויט די רעגירונג – געשטופט געווארן דורך די פאליטישע קעגנער פון באכארי.
“איינע פון די פראגעס וואס ניגעריע בירגער האבן מיר געפרעגט דורכאויס א באגעגעניש מיט זיי אין מיין באזוך אין פולין” פארציילט באכארי “איז געווען אויב איך בין אויפגעטוישט געווארן דורך א דאפלטער… דאס איז נישט ריכטיג, איך בין איך, נישט מיין דאפלטער… איך פארשטיי פארוואס די קלאנגען זענען געקומען. ווען איך בין פאראיאר געווען אויף מיין ערהוילונגס וואקאציע, האבן אסאך מענטשן געהאפט אז איך בין געשטארבן”…
ווען די אנוועזנדע האבן געלאכט הויך אויפן קול פון זיין ענטפער, האט דער פרעזידענט דערציילט אז אפילו זיין וויצע פרעזידענט – יעמי אסינבאדזשאו – האט זיך געדארפט ספראווען מיט אט די אלע קלאנגען וואס פארן ארום. “עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געוואנדל צו אים אז ער זאל זיי ערוועלן אלס וויצע פרעזידענט, נאכדעם וואס ער ווערט טעכניש פרעזידענט, וויבאלד דער פרעזידענט איז געשטארבן…
“דאס איז געווען פאר מיין וויצע זייער אומבאקוועם, מיר האבן גערעדט דערוועגן ווען ער האט מיר באזוכט ווען איך האב מיר ערהוילט” האט דער פרעזידענט געזאגט.
דער ניגעריע פרעזידענט וואס באציעט זיך צו די גאנצער סומאטוכע מיט אן הומאריסטישן צוגאנג, זאגט אין קורצם אז “ס’איז באמת איך, איך זאג אייך צו. שפעטער אין חודש וועל איך פראווען מיין 76’טער געבורטסטאג, און איך ווער נאר שטערקער…
און אז איר זענט נייגעריג: באכארי פלאנירט צו לויפן אויף א צווייטן טערמין, ביי די וואלן פארמעסט וואס וועט פארקומען קומענדיגן פעברואר…