די איזראעלישע “קליער סקיי סייבער סעקיורעטי” פירמע, האט אויפגעדעקט אז די איראנער רעגירונג האט אנגעפירט איבער די וועלט אזויפיל ווי 150 וועבזייטלעך וועלכע האבן געשטאפט פאלשע נייעס, געטריבן מיט איראנער אגענדעס און אינטערעסן, אין אזויפיל ווי 98 מידיע קאנאלן, ארום 30 לענדער ארום דער וועלט.
טויזנטער פאלשע נייעסן איז ארויסגעבעבן געווארן פאר באזוכער אויף די זייטלעך אין 29 שפראכן, און איז געווען די מערסטע קאנצענטרירט איבער לענדער וואס זענען אנטי איראן, א שטייגער ווי אמעריקע, אינדיע, סאודי אראביע, מדינת ישראל, טערקיי, תימן, און אזוי ווייטער. אלע נייעסן זענען געקומען באגלייט מיט פאלשע פראפילן אין די מידיע נעצן.
דער וועג וויאזוי די נייעס פארשפרייטונג פון איראן האט ארבעט איז, אז זיי האבן גע’לקח’נט אויסדערוועלטע קעפלעך פון לעגיטימע און באקאנטע נייעס זייטלעך, און זיי האבן דאס אריינגעלייגט אין זייערע פאלשע נייעס זייטלעך, וואו זיי האבן דארט אריינגעשטאפט שטיקער מיט ליגענט און פאלשע אינפארמאציע, וואס זאלן שטימען מיט די אינטערעסן און אגענדעס פון איראן.
פון דארט איז עס געגאנגען צום קומענדיגן שטאפל, זיי האבן מיט פאלשע פראפילן און סטאטוסן ארומגעשיקט די נייעסן ווייטער ווי עס וואלט געווען א טייל פון די אלגעמיינע און וועלטליכע נייעסן. ווי די סייבער סעקיורעטי פירמע האט באמערקט פאר צוויי מאנאטן צוריק, איז ערשינען אזעלכע סארט “נייעסן” אין די “תל אביב טיימס” זייטל, און קיינער פון די שרייבער אויפן זייטל האבן נישט געהאט קיין אהנונג וויאזוי די פאלשע און אומקראנטע איראנער גענויגטע נייעסן, איז ארויסגעוואקסן דארט.
נאך א טיפערער פארש ארבעט, שטעלט זיך ארויס אז עס איז פארהאנען אן ארגאניזירטער גרופע פון צענדליגער ארבייטער אין איראן, וואס בלויז דאס איז זייער ציל און ארבעט: פארשפרייטן פאלשע און איראנער גענויגטע נייעסן. א שטאב פון שרייבער אין 29 שפראכן, גראפיקער און רעדאקטארן, וועב דעוועלעפער, סאציאלע מידיע עקספערטן און נאך, ארבעטן א גאנצן טאג פאר א פעטן געהאלט, און ביז יעצט איז זיי דאס גאנץ גוט געלונגען…
דאס ווייזט ווי ווייט איראן האלט, אנשטאט צו זען וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט, און אנהייבן ארבעטן אז זאכן זאלן זיי גיין גרינגער, האבן זיי באשלאסן צו איינרעדן די גאנצער וועלט אנדערש פון וואס די מציאות איז, אין א פארצווייפלטער פראוו צו באקומען עטוואס רעספעקט…
און וואס האבן זיי געמיינט, מ’גייט זיי נישט כאפן?