געפילן פון פרייד פארפלייצט אידישע הערצער, נאכדעם וואס דער היסטארישער “פריזאן רעפארם” פדיון שבויים ביל, איז געווארן א פאקט, און אצינד וועט די אורטייל פון אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשבי’, פארלייכטערט ווערן.
נאך א שווערע הארעוואניע פון אידישע עסקנים און רבנים, און געלטער וואס זענען אויפגעטריבן געווארן ביי די קהלות קדושות בישראל, איז דער ביל געשטופט געווארן אומפארטייאיש צו ביידע הייזער אין וואשינגטאן, און דערנאך געמאכט איר וועג צום ווייסן הויז, וואו פרעזידענט טראמפ האט יעצט אונטערגעשריבן דערויף.
דער ביל איז א רעפארם, וואס אנטהאלט אין זיך שניידונגען פאר טורמע טערמינען און אנדערע פארלייכטונגען פאר ווייסע קאלער פארברעכן, און פאר דראג פארברעכער.
וויבאלד דאס מערהייט פון אידישע ארעסטאנטן געפינען זיך ליידער אין טורמע צוליב ווייסע קאלער פארברעכן, האט דאס געברענגט אז אידישע אינטערעסן זאלן טרייבן דעם ביל – וואס איז אייגנטליך געשאפן געווארן דורך א היימישער חסיד’ישער איד, העסקן הנמרץ הר”ר משה שלמה מארגרעטן הי”ו מיט נאך עסקנים, און אצינד האלט עס שוין נאכן באשטעטיגט ווערן.
דער גרעסטער חידוש פון דעם ביל איז אז עס איז אומפארטייאיש, א זאך וואס איז זייער גוט פאר פרעזידענט טראמפ, נאכן צייגן אז אויב מען וויל שטארק קען מען אפילו איז אזא פאליטישע-האס עפאכע, אויך ארבעטן אינאיינעם.
“דאס איז א וואונדערבארע אומפארטייאישע דערגרייכונג פאר יעדעם” האט טראמפ געטוויט מינוטן נאכדעם וואס די ביל איז באשטעטיגט געווארן. “ווען די ביידע פארטייען ארבעטן אינאיינעם, קענען מיר בעסער שיצן אונזער לאנד. א וואנדערבארע זאך פאר די פאראייניגטע שטאטן”.
אצינד איז כלל ישראל מתפלל אז די ביל זאל אויפטוען דאס זייניגע, און אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשבי’, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה, ומאפילה לאורה, ומשיעבוד לגאולה.