אזויפיל ווי 222 מענטשן זענען אומגעקומען נאך וואס א מאסיווער צונאמי האט באטראפן די דזשאווא אוו סומטרא אינזלען אין אינדעניזיע, לויט אן אפיציעלן באריכט פון אינדיעניזיאנער קערפערשאפטן.
ארום 745 זענען פארוואונדעט געווארן, און איבער 20 זענען נאכנישט געפינען געווארן. די מאטעריאליסטישע שאדנ’ס פון דעם צונאמי איז גרויס, נאכדעם וואס הונדערטער געביידעס, האטעלן און געשעפטן, האבן זיך צוזאמענגעלייגט.
די מאסיווע כוואליעס פון די צונאמי וועלכע זענען געקומען אין א הייעך פון 20 מעטער, האבן דעם שבת אנגעקלאפט אין עטליכע בארטענעס, און פאראורזאכט א גרויסע שאדן.
א גרויס טייל פון די אומגעקומענע האבן זיך געפינען ביים בארטן פון טייך וואו עס איז פארגעקומען א קאנצערט, און אינמיטן האט דער כוואליע מיט א שטורעם צעווארפן דעם פאדיום, און אריינגעשלעפט די באטייליגטע צווישן אירע ווילדע כוואליעס.
אינדעניזיע איז א לאנד וואס ליידט אפט פון צונאמי’ס. בלויז פארלאפענעם סעפטמבער איז דארט פארגעקומען א מאכטפולער ערדציטערניש פון 7.5 אויף דעם ריכטער וואג, און דאס האט געברענגט צו א שווערע צונאמי כוואליע אינעם שטאט פאלאו אויף דעם סאלוואסי אינזל און די ארומיגע געגנט.
דאסמאל איז דער צונאמי געקומען אלס רעזולטאט פון א פלוצימ’דיגער וואלקאן אויפרייס אויפן קראקטואה בארג, וואס האט געברענגט א ווילדער מאראסט גליטש וואס האט געשטראמט צום אקעאן, און דער ים האט צוריקגעשליידערט צונאמי כוואליעס אלס אנטווארט.
ביידע צונאמי’ס פון די לעצטע 4 מאנאטן אינאיינעם, האט געברענגט צום טויט פון ווייניגסטנ’ס 2,045 טויט פעלער, ארום 10,000 פארוואונדעטע, און טויזענטער פארלוירענע, און ארום 75,000 מענטשן האבן פארלוירן זייערע הייזער.
די טויטליכסטע צונאמי אין אינדעניזיע איז געווען אום דעצעמבער 26 יארע 2004, וואס האט אנגעקלאפט אין די אינדיאנער אקעאן, און געברענגט צום טויט פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן אין 14 באזונדערע לענדער. אין אינדעניזיע אליינס זענען איבער 120,000 מענטשן אומגעקומען דערפון.