ווי יעדע שבת, האבן די מתפללים אינעם ‘דרכי תורה’ שוהל אין שטאט ביתר עילית, זיך געזעצט צום קידושא רבא וואו מען האט צוגעביסן מזונות און קוגל נאך מוסף.
אבער דעם שבת האבן די מתפללים געשפירט עפעס גאר א שארפע טעם אין די קוגל, און טייל האבן גאר אנגעהויבן צו ברעכן, שפירנדיג אז דער קוגל איז גאר שטארק פארדארבן.
די גבאים זענען אריינגעגאנגען אין קאך פונעם שוהל צו זען וואס עס קומט פאר, און זיי האבן אנטדעקט אויפן ערד א ליידיג פלעשל פון די פאפולערע k300 ספרעי, וואס איז א גיפט געאייגנט צו פארטרייבן און טויטן קאקארוטשעס.
ווי די גבאים זאגן איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס אזא זאך זאל זיין בייזוויליג, וויבאלד די קהלה לעבט בשלום ובשלוה סיי צווישן זיך, און סיי מיט די ארומיגע קהילות.
ביתר עילית ליידט לעצטנס פון פארשידענע איינברעכונגען אין הייזער, און ווי די מתפללי בית המדרש פארדעכטיגן איז דאס געקומען דורך יונגען וואס האבן זיך פרובירט איינצוברעכן אין שוהל צו גנב’נען עפעס, און ווי עס שיינט האבן זיי גארנישט געפינען צו גנב’נען, האבן זיי אלס אקט פון אויפברויז פארגיפטעט די קוגל, וואס איז געווען אויפן ווארימער.