די אמעריקאנער רעגירונג האט טיילווייז אויפגעהערט צו פונקציאנירן, און א שאטדאון איז אריין אין קראפט דעם פרייטאג צו נאכט’ס, נאכדעם וואס די מערהייט סענאט האט נישט דורכגעפירט די פרישע בודזשעט פאר די רעגירונג, וויבאלד עס רעכנט אריין פינף ביליאן דאלער פאר טראמפ’ס זיכערהייט וואנט ביים גרעניץ פון מעקסיקא, אויף וואס דער פרעזידענט האט פארשפראכן אז מעקסיקא וועט דאס באצאלן.
דאס באדייט אז זינט נעכטן פרייטאג צונאכט’ס האט א טייל פון די רעגירונג נישט קיין פאנדן פון וואס זיך צו דעקן און ערנערן, און די רעגירונג אפיסעס ווערן דערפאר פארשלאסן, וויבאלד עס איז נישט דא קיין געלט מיט וואס צו צאלן געהאלט פאר די באאמטע.
די שאטדאון אפעקטירט ארום 800,000 ארבייטער אין 9 רעגירונג אפיסעס; 380,000 ארבייטער זענען געצווינגען צו נעמען אורלויב, און 420,000 לעבנסוויכטיגע ארבייטער וועלן ארבעטן ווייטער אן צו באקומען געהאלט, ביז ווען עס וועלן געשאפן ווערן פאנדן זיי אפצוצאלן די ארבעט.
נעכטן נאכט האט פרעזידענט טראמפ ארויפגעלייגט אויף זיין טוויטער אקאונט א בילד וואס פארמאגט א פארגעשריטענע סקיציע פון די וואנט וואס ער וויל זען ביים גרעניץ. “דאס איז די אויסשטעל פון די אייזערנע שטאנקען וואס וועט זיין אפעקטיוו, און הערליך אין די זעלבע צייט” האט דער פרעזידענט געשריבן. אויפן סקיציע זעט מען אייזערנע שטאנגען מיט א שארפן שפיץ.
פרעזידענט טראמפ באשולדיגט די דעמאקראטן אז זיי זענען פאראנטווארטליך פאר די שאטדאון, נאכדעם וואס זיי וועלן נישט געבן קיין געלט פאר זיין וואנט, אפגעזען וואס דאס וועט אלס אפקאסטן. ער האט ארויסגעברענגט ווי וויכטיג עס איז אפצוהיטן די אמעריקאנע גרעניצן.
באזונדער האט טראמפ געווארנט אז ער איז גרייט צו פארציען דעם שאטדאון פאר א לענגערע וויילע, אויב וועט ער נישט באקומען די געלט פאר זיין וואנט. מיט דעם אלעם האט ער אויסגעדרוקט האפענעונג אז די שאטדאון וועט זיך נישט צו לאנג פארציען.
דער דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער האט קלארגעשטעלט אז “פרעזידענט טראמפ וועט נישט באקומען געלט פאר די וואנט נישט מארגן, נישט קומענדיגן וואך, און נישט א יאר ארום”. וואס דערמיט ווייזט ער אז דעמאקראטן האלטן זיך נישט ביים ברעכן, אין די צייט וואס דער פרעזידענט האלט זיך אויך נישט ביים ברעכן.