די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ ארויסצוציען די אמעריקאנע טרופן פון סיריע, א זאך וואס האט געברענגט גרויס קריטיק, האט אויך געברענגט א גרויסער אויפשאקלונג אין די אדמיניסטראציע, נאכדעם וואס דער פארטיידיגונג גענעגאל דזשעימס מעטיס האט רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אין ליכט פון דעם אומאיבערגעשמועסטער באשלוס.
“עס איז פאסיג אז דער פרעזידענט זאל האבן א דיפענס סעקרעטאר וואס האט די זעלבע וויזיע ווי אים” האט מעטיס געשריבן אין זיין רעזיגנאציע בריוו, אנגעבנדיג דעם אורזאך פארוואס ער פארלאזט דאס ווייסע הויז, וויבאלד ער האלט נישט ווי פרעזידענט טראמפ, און פארמאגט אנדערע פאליסיס, וועלכע ער טאלערירט נישט. אינעם בריוו שרייבט ער אז ער האט געהאט עטליכע מיינונגס-פארשידנהייטן מיט טראמפ, אבער די ארויסציען טרופן פון סיריע, איז געווען דער שטרוי וואס האט צעבראכן דעם קעמל’ס רוקן, און ער רעזיגנירט.
אלס רעאקציע האט פרעזידענט טראמפ אויסגעלויבט טראמפ אויף זיין ארבעט אלס דעפענס סעקרעטאר, און באצייכנט אז אונטער זיין דינסט האט די אמעריקאנער זיכערהייט אגענטור געמאכט גאר גרויסע פארשריט אין אסאך פראנטן.
ווי אמעריקאנע באאמטע זאגן, וועט די ארויסציאונג פון די טרופן פון סיריע אויך זיין אן ענדע פון די אמעריקאנער קריג קעגן אייסיס אין סיריע. אבער לויט פרעזידענט טראמפ, איז שוין פארביי די אייסיס געפאר אין סיריע, זאגנדיג אז מען האט זיי שוין אויסגעראטן.
די שריט איז געטוען געווארן אן דעם וואס טראמפ האט זיך דורכגערעדט און באקומען באשטעטיגונג פון ערפארענע גענעראלן, און גאר אסאך פאליטיקאנטן האבן דאס אנגערופן אן ‘אבאמא סטיל טעות’.
דער רעפאבליקאנער סענעטאר לינדזשי גרעהעם האט עס גאר אנגערופן א זיג פאר אייסיס, איראן, סיריע, און דעם גאנצן שייאיטישער פראקציע, זאגנדיג אז אייסיס איז נישט אונטערגעבערענגט, און זיי וועלן יעצט קענען שטארקער ווערן.
מארקא רוביא – א רעפובליקאנער ווסא האט פארלוירן צו טראמפ אין די פארלאפענע פריימעריס – האט געזאגט אז דאס איז “א טעות וואס ווען אונז נאכיאגן פאר לאנגע יארן”.