אין א ערב שבת אינדערפרי איז אריבער געקומען דער שוחט פון שטאט צו הרה”ק ר’ יהודה צבי ראזלא זיע”א, און ווייזט אָ ן פארן רב די לונגען פון די בהמה וואס ער האט נארוואס גע’שחט’ן, עס ווייזט זיך ארויס אז די לונג האט א גרעסערע ריס. בעהט ערדעם רב צו פסק’ענען ‘כשר’ אדער ‘טריפה’?
דער רב קוקט דאס איבער, און זעהט טאקע א גרויסע דיקע שפילקע ליגט אריינגעשטעקט אינעם לונג. דער רב טראכט זיך שנעל איבער און ענטפערט אין די שנעלהייט ‘ס’איז כשר’.
דער שוחט האט אהיימגענומען דעם לונג, און ווייטער געגעבן דעם בהמה פארן קצב, און דאס פלייש איז פארקויפט געווארן פאר די איינוואוינער לכבוד שבת קודש.
עס גייט אריבער אפאר שעה, עס איז שוין שפעט נאכמיטאג, אט אט איז שוין שבת, און דער רב רבי יהודה הערש זי”ע טראכט זיך איבער די פסק וואס ער גע’פסק’נט, עס וואונדערט אים אויף זיך אליין ‘וויאזוי האב איך געקענט פסק’נען מיט אזא גלאטקייט אז דאס איז כשר, ס’האט דאך געהאט א נאדל אריינגעשטעקט אינעם לונג, וואס איז אנע שום ספק ‘טריפה’!
דער רב איז געווארן אויפגעציטערט: דאס הייסט אז אויף זיינע פלייצעס גייט מען עסן דעם פלייש. און יעצט אין די שפעטע שעה נאנט צום שבת, איז די פלייש שוין לאנג געקאכט געווארן אין רוב אידישע הייזער, די טעפ זענען טריפה געווארן. ער מוז שוין ארויס לויפן אויסרופן ‘קיינער זאל חלילה נישט עסן פון די פלייש’.
דאס מיינט אז עס וועט ווערן א גאנצע איבערקערעניש אין שטאט, עס וועט זיך אנהייבן שאלות איבער אלע אנדערע מאכלים וואס מען געקאכט נעבן דעם טאפ, די לעפלעך מיט וואס מען האט געמישט די טעפ, די סינקס אין וואס מען אריינגעגאסן די זאפט, די עסנס וואס מען האט צוזאמען געמישט מיט די פלייש, עכ”פ עס וועט ווערן א מהומה אין שטאט.
אבער די זאך ברענט, און ס’איז שוין נאנט צום שבת. האט ער זיך בארעכנט צו גיין קודם פרעגן זיין גרויסן שווער דער הייליגער ר’ אייזיק’ל זידוטשוב’ער זיע”א, און וועט הערן וואס איז זיין חוות דעת איבער דעם שאלה וואס עס האט זיך געמאכט, און צו איז עס ריכטיג איבערצודרייען דעם שטאט יעצט ערב שבת, כדי צו ראטעווען די אידן פון צו עסן טריפות חלילה.
ר’ אייזיק’ל זידוטשוב’ער זיע”א פלעגט יעדן ערב שבת דאווענען מנחה פרי, און די שמונה עשרה פונעם ערב שבת’דיגן מנחה איז געווען א לענגערע, האט זיך דער רב רבי יהודה הערש צוגעאיילט, און פרובירט צו כאפן דעם שווער נאך איידער ער שטעלט זיך שמונה עשרה. אבער צו זיין מזל איז ער אנגעקומען פונקט ווען ער האט שוין געהאלטן אינמיטן שמונה עשרה.
אומגעדולדיג איז ער געשטאנען און געווארט אויפן שווער, פון איין זייט וויל ער נישט מאכן אזא איבערקערעניש אהן דעם שווערס הסכמה, אבער פון דער אנדערע זייט איז דאך שוין באלד שבת, און ער דארף נאך מודיע זיין דעם גאנצן שטאט, ווער ווייסט צו די אידן וועלן נאך האבן אנדערע מאכלים פאר שבת?! ווער ווייסט וויפל אידן וועלן זיך אנעסן מיט טריפה’ס אויף זיין בארד?!
אזוי אומגעדולדיג ווארט ער שוין אויפן מינוט ווען זיין גרויסע שווער דער רבי ר’ אייזיק’ל זידוטשוב’ער זיע”א וועט שוין אויסטרעטן שמונה עשרה, די צייט איז קורץ און עז זעהט איהם אויס יעדע מינוט ווי א שעה.
ענדליך טרעט ער אויס, ער דרייט אויס זיין הייליגע צורה צום איידעם, און זאגט איהם מיט א שמייכל דארפסט נישט זארגן, אין הימל האט מען אויך אזוי גע’פסק’נט, ס’איז כשר”.
דער רבי יהודה הערש זיע”א האט זיך געפריידט. און איז אהיים געגאנגען צוענדיגן די לעצטע הכנות צום שבת, צוריקגעגאנגען אין ביהמ”ד אריין, מקבל שבת געווען, און אלעס איז אנגעגאנגען ווי געהעריג.
איז אבער געקומען פרייטאג צו נאכטס נאכן סעודה, און דער רבי יהודה הערש זיע”א דערמאנט זיך נאכאמאל איבערן מאדנע פסק וואס ער האט גע’פסק’ענט. איי דער הייליגער שווער האט דאך געזאגט אז אין הימל האט מען אויך אזוי גע’פסק’נט, אבער ‘געוואלד און געשריגן תורה לא בשמים הוא!’
דער רבי יהודה הערש זיע”א האט שוין נישט געקענט שלאפן, ער האט זיך ארומגעדרייט צובראכענערהייט, עס האט אים שטארק געעגבערט אויפן פסק וואס ער האט געגעבן. ‘פארוואס האב איך נישט בעסער געטראכט?’ – האט ער זיך אליינס געפרעגט.
אין די פריע פארטאגס שעה’ן, דער רבי יהודה הערש זיע”א דרייט זיך ארום, און פרובירט לערנען זיינע הייליגע שיעורים, אבער דאס פסק ליגט איהם אויפן הארצן, און לאזט איהם זיך נישט בארואיגן. ער מוז ארויסגיין שעפן אביסל פרישע לופט.
ער שפאצירט ארויס אויפן טעראסע, און ער הערט ווי די קינדערלעך זענען שוין אויפגעשטאנען, און שפילן זיך אונטן. רבי יהודה הערש איז פארזינקן אין זיינע היליגע מחשבות, אבער מיטאמאל לייגט ער צו קאפ און הערט ווי די קינדערלעך שמועסן צווישן זיך:
נא?! כ’האב גוט באהאלטן די שפילקע?! הע?! יא זייער גוט, כ’האב עס בכלל נישט געקענט טרעפן. וואו האסטו עס טאקע באהאלטן?
כ’האב עס גוט פארשטעקט! -יא, אבער וואו?! צווישן די לונגען וואס זענען געלעגן אויפן טיש! אזוי?! דארט איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן צו זוכן. רבי יהודה הערש זיע”א, כאפט זיך אז די ווערטער האבן עפעס שייכות צו אים. ער איז שנעל אראפגעגאנגען, און אויסגעפרעגט די קינדער.
און עס האט זיך ארויסגעשטעלט דאס קלארע בילד, די הייליגע און אפענע רוח הקודש פון זיין שווער. די קינדער האבן זיך שיין געשפילט, און איינער [זעהט אויס דאס קינד פונעם שוחט אדער דער קצב] האט געזוכט וואו צו באהאלטן די שפילקע.
צווישן די לונגען דארט וועט דאך אוודאי קיינער נישט טרעפן. האט דאס קינד אריינגעשטעקט די שפילקע אין די לונגען אריין. און דאס בהמה איז כשר למהדרין!
דער רבוש”ע היט זיינע ערליכע אידן פון אן איסור, און פאר א ערליכע רב העלפט ער צו, ער זאל נאר פסק’נען ריכטיג. פארדעם האט דער רבי יהודה הערש ‘בטעות’ גע’פסק’נט כשר, און זיין גרויסע שווער האט איהם מגלה געווען די זעלבע פסק פון הימל.