היינט איז א וועלט פון טשעלענדזשע’ס, איין פארשוין פאבריצירט א טשעלענדזש, און מיליאנען מענטשן גייען קאפ אין וואנט, און לויפן נאך דעם טעלענדזש בלינדערהייט.
אמאל גיסט זיך גאנצע אמעריקע אייז אויפן קאפ, אריינגערעכנט רעספעקטירטע פערזענליכקייטן; אמאל שפרינגט מען ארויס פון א קאר וואס פארט אויפן שאסיי, לייגנדיג אין געפאר זיך און די ארומיגע, און אמאל איז עס אויפקראכן גרויסע באלונען אין די מויל.
אז א טשעלענדזש איז א זאך וואס רעדט צו מענטשן, קען מען דאס אפשר אויסנוצן פאר א גוטע צוועק אויך, פארוואס זאל די מענטשליכע אבסעסיע צו טשעלענדזשעס זיין בלויז פאר נארישקייטן און משוגעת’ן?…
דער דור הטשעלענדזשע’ס, פאסירט אין די זעלבע תקופה וואס מענטשן ווערן ממש פארקויפט און צוגעבינדן צום סמארטפאון, וועלכע האט איינגענומען די וועלט און איר פארשקלאפט.
אפגערעדט ביי אונז ערליכע אידן, ווי מען שיידט זיך אפ דערפון וויבאלד עס ברענגט צו ערנסטע איסורי תורה, איז דאס א שרעקליכע זאך, אבער אפילו אין די גוי’אישע וועלט האט מען שוין אנגעהויבן צו כאפן אז די צוגעבינדנקייט צו סמארטפאון איז שוין געגאנגען צו ווייט.
דער סמארטפאון איז ציענד און דראמאטיש, און ווי מער די יונגערע דורות זענען איינגעטינקען דערין, אלס מער פאלט די קאליבער און סטאנדארט פון מענטשליכקייט, ציוויליזאציע, קאמיוניקאציע, און געלערנטקייט – לויט ווי א סטאטיסטיק פון די אלגעמיינע וועלטליכע ערציאונגס ביורא.
די ערציאונג ביורא פרובירט אלעס וואס מען קען טון צוריק צו כאפן די אינטערעסע פון די יונגערע אין לערנונגען, אבער אצינד זענען זיי שוין א מינוט צו שפעט.
ווי שוועמלעך נאך א רעגן שפראצן ארויס אלע סארט שיטות, טעכניקן און טאקטיקן אויסצורייסן דעם שטארקן סמארטפאון געוואוינהייט, אבער דער סמארטפאון האט זיי אלע באזיגט.
אין א פרישע פראבע מיטן קריג קעגן דעם סמארטפאון און זיינע נאכפאלגן, האט די “וויטאמין וואסער” זיך אנגעשלאסן דערין, און געלאזט וויסן איבער א נייע “סמארטפאון טשעלענדזש”, פרובירנדיג צו באקעמפן איין משוגעת, מיט א צווייטע משוגעת…
“זייט מוותר אויף אייער סמארטפאון פאר א גאנצע יאר, און באקומט הונדערט טויזענט דאלער!” – פארשפרעכט די טשעלענדזש.
אבער רעדט אייך נישט איין אז דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ’דארף טוען צו באקומען דעם פאנטאסטישן סומע…
די אלע וואס שליסן זיך אן אינעם טשעלענדזש, דארפן אינטערשרייבן אויף א דאקומענט וואו זיי זאגן צו אז זיי וועלן נישט אנרירן קיין סמארטפאון אויף קיין שום וועג דורכאויס דעם גאנצן יאר, אריינגערעכנט נישט אנרירן די סמארטפאון’ס פון פריינט און פאמיליע.
באזונדער וועט מען דארפן עטליכע מאל דורכאויס דעם יאר אריבערגיין א שווערע פאליגראף פארהער, צו זיכער מאכן אז מען האלט זיך צום צוזאג און מען האט טאקע נישט אנגערירט קיין סמארטפאון.
והבדילנו מן התועים!
עס איז בלויס א גורל
https://www.vitaminwater.com/
and you could win $100k