אין די פלאנדריע געגנט נעבן אנטווערפן, בעלגיע, איז אריין א פרישע געזעץ אין קראפט, וועכלע אסר’ט פון אנהייב קומענדיגן יאר למספרם, צו שחט’ן לויט די אידישע הלכה.
די אנטיסעמיטישע געזעץ איז ארויפגעברענגט געווארן אין 2017, וועלכע באשטעטיגט אז יעדע באשעפעניש וואס ווערט גע’שחט’ן, דארף ווערן פריער פארטייבט. די געזעץ פארלאנג איז אריינגעגעבן געווארן דורך די אזויגערופענע ‘צער בעלי חיים’ פארזארגער, און דאס איז עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה.
זינט די געזעץ איז באשטעטיגט געווארן האט די אידישע געמיינדע אין בעלגיע פרובירט צו מבטל זיין די גזירה, מען האט געלייגט דרוק פון אלע זייטן, אריינגעמישט פעדעראציעס, ארגאניזאציעס, לאביאיסטן, און וואס נישט.
די געזעץ איז באשולדיגט געווארן דורך די עסקנים אלס עפעס וואס פארלעצט די געזעצן פון די אייראפעאישע פאראיין, וואס פארלאנגט די פילע מענטשן רעכטן, און רעליגיעזע פראקטיצירונג, אבער גארנישט האט געהאלפן, און די פינסטערע געזעץ איז אריין אין קראפט.
אין די ‘וואלאון’ געגנט אין בעלגיע איז אויך יענעם יאר אריבער די זעלבע געזעץ, און וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגן אוגוסט יארע 2019. דארט האט מען באזונדער פרובירט צו באקעמפן דעם געזעץ, אן קיין ערפאלג.
די אלע שוחטים, בודקים, משגיחים און פלייש געשעפטן, וועלן מוזן פארלאזן זייער ארבעט, און זוכן א נייע פרנסה, אין די צייט וואס די קהלה וועט זיך מוזן ספראווען מיט א מאנגל אין כשר פלייש.