פארלאפענעם וואך האט זיך אמעריקע איבערגעקערט מיט די נייעס, ווען פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארויסציען די אמעריקאנע סאלדאטן וואס געפינען זיך אין סיריע, א זאך וואס איז פארשריגן געווארן דורך מיליטערישע עקספערטן, און געברענגט צום רעזיגנירונג פונעם פארטיידיגונג סעקרעטאר דזשעימס מעטיס.
ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס, וועט דאס נישט פאסירן אזוי שנעל, עס וועט מאך נעמען כאטש עטליכע מאנאטן ביז די ארויסציאונג פון די טרופן וועט צושטאנד קומען.
די ABC נייעס אגענטור האט ציטירט פון פענטעגאן באאמטע, אז לויט די מיליטערישע סטאנדארטן געפינט זיך נאך די ארויסציאונג פלענער אין אירע סאמע ערשטע שטאפלען, און פאקטיש וועט דאס נעמען א שיין שטיק צייט ביז אלע דעטאלן וועלן זיין גוט אויסגעארבעט.
און דאס איז בלויז אויסצוארבעטן די פלענער. באזונדער זאגן די באאמטע אז די פאקטישע ארויסציאונג זעלבסט, קען זיך אויך ארויסציען פאר לאנגע מאנאטן, און נישט אזויווי מען האט פארשטאנען פון טראמפ אז די סאלדאטן קומען אהיים ביז א חודש.