דער דאטום ערב פסח, שנת ד”א תתצ”ה, איז פארבליבן אין כלל ישראל’ס גלאררייכע היסטאריע.
אין דעם טאג איז געבוירן געווארן דער מאור הגדול, רבינו משה ב”ר מיימון, אינעם שטאט קארדאווע, דרום-שפאניע, ר’ מיימון איז געווען דער דיין פון שטאט, א תלמיד פונעם ר”י מיגאש.
ביזן יאר ד”א תתק”ח, איז דער רמב”ם (רבינו משה בן מיימון) געזעסן און געלערנט מיט זיין טאטן אין קארדאווע, אן קיין שטערונגען. אבער יענעם יאר האבן זיך אנגערוקט די ברוטאלע אלמוחאדין, און וועלנדיג בלייבן א איד, האט ר’ מיימון מיט זיין פאמיליע שנעל פארלאזט קארדאווע, צום ריכטונג פונעם קריסטליכן צפון-שפאניע.
למעשה האבן זיי זיך נישט געקענט ווי געהעריג איינגלידערן דארט, דערפאר זענען זיי אנגעקומען אום ד”א תתקי”ט צום שטאט ‘פאס’ אין מאראקא. זעקס יאר האט מאראקא זוכה געווען צו דינען אלס אכסניא פאר’ן הייליגן רמב”ם, אבער ווען דער רב פון פאס איז אומגעקומען על קידוש ה’ דורך די רוצחי’שע אראבער, די אלמוחאדין, האט ר’ מיימון באשלאסן אז מ’קען דארט מער בשום אופן נישט בלייבן.
ד”א תתקכ”ה האט דער קאלענדער געהאלטן, ווען משפחת מיימון האט באטראטן די באדן פונעם ארץ ישראל’דיגן פארט-שטאט, עכו.
נישט מער ווי א האלבע יאר זענען זיי פארבליבן אין ארץ ישראל, דער רמב”ם מיט זיין ברודער ר’ דוד האבן געוואנדערט קיין מצרים. (איבער זייער טאטע ר’ מיימון איז נישט באקאנט אויב ער איז מיטגעקומען מיט זיינע קינדער קיין מצרים אדער פארבליבן אין ארץ ישראל).
אינעם שטאט פאסטאט – אלט קאהיר – האבן זיך די ברידער באזעצט, דער רמב”ם האט געהארעוועט על התורה און געשריבן ספרים וואס וועלן באלייכטן דעם וועלט, אין די צייט וואס זיין ברודער ר’ דוד האט געהאנדלט מיט דיאמאנטן, און אויסגעהאלטן דעם רמב”ם.
ווען ר’ דוד איז ל”ע אומגעקומען נאכ’ן דערטראנקען ווערן ביי איינע פון זיינע מסחר-רייזעס, האט דער הייליגער רמב”ם אנגעהויבן צו פראקטיצירן דאקטעריי, און איז א דאנק זיין גוטן נאמען אנגעקומען צום הויף פונעם קעניגליכן סולטאן, צאלאח-אל-אדין, וואו ער האט געדינט אלס הויף-דאקטער.
די תורה הק’ פונעם רמב”ם איז העכער אונזערע השגות. ער האט מחבר געווען אסאך ספרים, וואס זענען טיפער פונעם אקעאן. אנגעהויבן ביי זיין פירוש המשניות, וואו אין מס’ סנהדרין שרייבט ער זיין י”ג עקרים, די משנה תורה וואס איז איינגעטיילט אין פערצן חלקים – און דעריבער הייסט עס ‘י”ד החזקה’, די ספר המצוות, וואס דינט אלס הקדמה צום משנה תורה, און נאך.
איבער זיין ספר ‘מורה נבוכים’ איז דא צו שרייבן און שרייבן, איבערן שווערן קאמף קעגן די אפיקורסים. באזונדער זיין ספר ‘אגרת תימן’ וואס באקעמפט די משיחי שקר פון זיין עפאכע. א באזונדערע מערכה האט דער רמב”ם געפירט קעגן די פארשאלטענע קראים – וואס האבן זיך בימים ההם געהויבן די קעפ – און זיי שטארק אפגעשוואכט.
זייענדיג פופציג יאר אלט, איז צו אים געבוירן געווארן זיין קינד ר’ אברהם, וואס איז אויך געווען א גדול בישראל, א בעל מידות און חכם מופלג, אין כ’ טבת ד”א תתקס”ה איז דער רמב”ם נסתלק געווארן, גאנץ מצרים האט געקלאגט און געוויינט. אין זיין צוואה האט דער רמב”ם געבעטן ‘אל נא תקבריני במצרים’, און טאקע דורך א וואונדערליכער וועג איז זיין מיטה אנגעקומען קיין טבריה, ושם מנוחתו כבוד.